זיי די בעסטע ביישפיל
אויב זעצט איר זיך כסדר אראפ צו נארהאפטיגע , געזונטע מאלצייטן , וועט דאס קינד עווענטואל נאכטון די זעלבע שפעטער אין לעבן . און אויב איר פאקט אוועק די קענדי ' ס און אויפן וועג כאפט איר שנעל איינס אריין אין מויל ... וועט דאס קינד ווארשיינדליך אויך נאכטון די זעלבע ...
אלעס זעט אויס געשמאקער ווען די טאטע אדער מאמע עסן דאס . די זעלבע קינד וואס האט א קנאפע צוויי שעה צוריק זיך האסטיג קעגנגעשטעלט קעגן זיין טעלער פלייש , וועט פלוצלינג כאפן אן אינטערעסע דערין ווען ער זעט זיין טאטע עס עסן .
אז די עלטערן עסן געזונט , וועט דאס קינד אויך עסן געזונט . אז די מאמע האט ליב גרינצייג , וועלן זיך קינדער אויך צוביסלעך צוגעוואוינען צו גרינצייג . אז דער טאטע עסט נישט נאך נאכטמאל , וועלן זיך די קינדער אויך אויסלערנען נישט צו דארפן עסן ביינאכט .
כאטש מעשים רעדן העכער ווי סיי וועלכע ווערטער , קענען ווערטער בשעת ' ן טון די מעשה אויך העלפן . איר ווילט אויסלערנען קינדער אז ווען מ ' איז דורשטיג טרינקט מען וואסער ? ווען איר קומט אהיים נאך א לאנגע טאג רופט זיך הויך אן , " איך קען יעצט גארנישט טרינקען . – חוץ וואסער ! איך מוז האבן וואסער צו ווערן אויס דורשטיג ".
איר ווילט מוטיגן קינדער נישט איבערצוהיפן פרישטאג ? זעצט זיך אראפ צו די מערסטע אפעטיטליך אויסזעענדע טעלער פאר פרישטאג און זאגט , " אן פרישטאג קען איך נישט אנהייבן מיין טאג ..."
אדער ווען איר זעט א גרויסע טעלער סאלאט ביי א שמחה , " פששש ... דאס זעט אויס אזוי אפעטיטליך !"
פולט אן די שאפע מיט עסן וואס קינדער האבן ליב
אויב די שאפע איז פול מיט אלע סארט צוקערליך און אומגעזונטע נאש , וועלן די קינדער נאטירליך ציען דערצו . פון די אנדערע זייט , וויל א קינד נישט פילן ווי אין די הויז קען מען נאר עסן אוגערקעס און ניסלעך . די מהלך פון בכלל נישט ארייננעמען אין הויז קיין שום זיסווארג קען נאר נקמה נעמען מיט פראצענט . דאס קינד וועט פילן ווי מ ' האט פון אים עפעס צוגענומען און וועט ציען צו מער זיסווארג ווי א קינד וואס האט יא געהאט אביסל זיסווארג איינמאל א וואך און יא געהאט נאש – כאטש געזונטערע אויסוואלן .
ס ' איז נארמאל אז זיסווארג און נאש זענען אויף א פלאץ וואס נאר די עלטערן האבן צוטריט דערצו . אז נישט וועלן זיי מאכן שבת פאר זיך יעדע פארטאגס ... פאר די קינדער ' ס אויגן זאל די שאפע זיין אנגעפולט מיט קיכעלעך , פאפקארן , האול-וויט קרעקערס , געטרוקנטע פרוכט , אומגעפארבטע צוקערליך און ענליכע געזונטערע אויסוואלן – וואס מאכט גליקליך קינדער אויב ווייסט מען וויאזוי עס צו רעפריזענטירן .
חוץ פון דעם זאל די הויז זיין אנגעפולט מיט עפלעך , בארן , באנאנעס א . ד . ג . וואס דאס קען מען זיך אייביג אליין נעמען .
" נאר דאס איז פאר ריסעס היינט ?!"
יא , נאר דאס איז פאר ריסעס היינט . נאר צוויי זעקלעך פאטעטא טשיפס , אפאר קיכעלעך , דריי ( פארב-פרייע !( קענדיס און א זעקל מייערן ....
November 13 , 2024 SHOPPERS ROUTE 127