זי שרייט נישט " נאר דאס איז פאר ריסעס היינט " ווייל ס ' איז אזא ' נאר '. זי שרייט נאר ווייל אסאך פון אירע חבר ' טעס ברענגען סופער סנעקס און א בארג מיט קענדי ' ס און זי פילט ווי זי איז די איינציגסטע ' העלט נוט '. ( עס קומט זיך א דאנק פאר די שולעס וואס האבן איינגעפירט רולס אנבאלאנגט ברענגען דזשאנק פאר ריסעס און דערמיט פארמיידן זיי א רייע פראבלעמען .(
וויאזוי קען מען זיי טאקע מאכן גליקליך מיט זייערע געזונטע ריסעס ?
קינדער פארשטייען אסאך מער ווי מ ' מיינט . צומאל צווינגען מיר זיי צו עסן אזויפיל געזונטע עסן אן אפילו איינמאל ארויסזאגן וואס די בענעפיטן פון א געזונטע דיעטע זענען .
דאס איז נוגע פאר אלע מאלצייטן , נישט נאר פאר ריסעס , אבער דווקא ביי ריסעס איז די נסיון אסאך מאל שווערער .
'' כ ' האב דיך אנגעגרייט פאפקארן אנשטאט סופער סנעקס ווייל ס ' איז געזונטער . געזונטע עסן מאכן אונז שטארק , קלוג , און מאכט אונז פילן גוט ".
" קוק וואס כ ' האב דיך אנגעגרייט ! אסאך געזונטע מייערן – דו ווייסט אז מייערן מאכט אונז בעסער קענען זען ?" א . א . וו .
געזונטע עסנווארג מוז נישט אייביג אויסזען געזונט
איר זענט מיד פון שטיין מיט א מייער אין די האנט קעגן א פיר יעריג קינד מיט שטייף צאמגעפרעסטע ליפן ?
וויאזוי מאכט מען קינדער עסן פרוכט און גרינצייג ? אפאר גוטע עצות :
~ נעמט א האלבע באנאנע , שטעקט אריין א שטעקן , פרירט עס און ס ' ווערט אן אייס-פאפ .
~ קליינע ברוינפן גלעזלעך אנגעפולט מיט מאראנצן זאפט אדער אן אנדערע פרוכט דשוס זענען אויך א געוואלדיגע געזונטערע ווערסיע פון אייסעס .
~ גיבט נעמען פאר גרינצייג וואס זענען געשמאק פאר קינדער צו הערן . בראקעלי זענען מיני-ביימער , אוגערקעס און מייערן רעפטלעך זענען אויגן , א האלבע רעפטל טאמאטע איז א מויל ...
~ ווער ס ' עסט גרינצייג קען עס איינטינקען אין וואס מ ' וויל – פינאט באדדער , קעטשאפ ... כאטש זאל די גרינצייג אנקומען אין זיין מויל !
~ בראקעלי קען ווערן איינגעטינקען אין corn flake crumbs פון אויבן און ס ' ווערט א בוים מיט ' האר ' וואס איז זייער אינטערעסאנט פאר קינדער – און , דרך אגב , ס ' איז געשמאק פאר ערוואקסענע אויך .
~ אויף א ברויט , שמירט ארויף אוועקאדא , פינאט באדער , פוטער אדער וואס דאס קינד האט ליב , ~ און
126 SHOPPERS ROUTE November 13 , 2024