קודם כל , איך בין פרום , און דעריבער האב איך געוואלט ארבעטן אין א פלאץ וואו איך וועל זיך פארשטיין מיט די פאציענטן . אויך איז דאס אן ארט וואו דאס פאמיליע לעבן שפילט א הויפט ראלע און מען איז אינטערעסירט אין די קינדער ' ס געזונט , וואס איז גאר א וויכטיגע פאקטאר אויב וויל איך מען זאל מיר אויסהערן און איך זאל קענען אמת ' דיג העלפן ; איך האב געוואוסט אז דא וועל איך האבן די ווייניגסטע פרוסטרירנדע באגעגענישן .
איך ארבעט שוין אין וויליאמסבורג פאר ניינצן יאר און איך בין זייער צופרידן מיט מיין באשלוס !
פאר וועלכע סארט פראבלעמען קומט מען די מערסטע צום דאקטאר ?
איך בין א קינדער דאקטאר , דעריבער קומט מען צו מיר בעיקר פאר פראבלעמען וואס אנבאלאנגט דעם קינד ' ס אנטוויקלונג , און פאר אינפעקציעס . עס מאכן זיך , פארשטייט זיך , אנדערע אישוס אויך , אבער רוב פאציענטן קומען פאר געווענליכע קינדער קרענק .
דאס מיינט אבער נישט אז זיין א קינדער דאקטאר איז א שפאציר אין די פארק . א געוואלדיגע מאס אחריות ליגט אויף מיינע פלייצעס ; איך בין די וואס באשלוסט אויב דאס קינד קען אהיימגיין אדער אויב מען דארף נעמען ווייטערדיגע שריט . מיינע פאציענטן קומען נישט אן צו מיר מיט פריער ' דיגע דאקטאר-נאטיצן ... יעדע איינציגסטער פאל דארף ווערן גרינטליך אונטערזוכט !
וואס וואלט איר געוואלט עלטערן זאלן וויסן ?
דאס מיינט אבער נישט אז זיין א קינדער דאקטאר איז א שפאציר אין די פארק . א געוואלדיגע מאס אחריות ליגט אויף מיינע פלייצעס ; איך בין די וואס באשלוסט אויב דאס קינד קען אהיימגיין אדער אויב מען דארף נעמען ווייטערדיגע שריט .
דאס איז אביסל א שווערע שאלה , ווייל ס ' איז דא אסאך ...
ווען עלטערן הערן א געוויסע טריטמענט וואס זיי האבן נאך קיינמאל פריער נישט געהערט וועגן , ווערן זיי אפטמאל סקעפטיש און ס ' איז זיי שווער אנצונעמען וואס דער דאקטאר זאגט . איך וויל אייך עפעס מסביר זיין : קיינער ווערט נישט קיין דאקטאר בטעות . מען קלויבט אויס דאקטאריי ווייל מען וויל העלפן מענטשן . דו זעסט דאך וואס מיר דארפן אלס דורכגיין ביז מען דערזעט זיך ענדליך מיט ' ן סערטיפיקאט אין האנט ...
ביטע הער אויס דעם דאקטאר מיט אן אפענע מח ! מיר זענען דא דיר צו העלפן ; מיר זענען אויף דיין זייט ! און יא , ס ' איז דא זאכן וואס דער דאקטאר , מיט זיינע צען יאר פון טרענירונג און פילע יארן ערפארונג , ווייסט . אויך אויב דו האסט נאך קיינמאל נישט געהערט
דערפון .
זייער ריכטיג . וואס נאך ?
וואס נאך איך וואלט געוואלט עלטערן זאלן וויסן ? אז זיי זענען געוואלדיג , און זיי זאלן האבן מער קאנפידענס דערין . מאמעס זענען דאך אזוי איבערגעגעבן ; פארוואס זאלן זיי נישט גלייבן אז זיי טוען ריכטיג ? איך הער פון אזויפיל מאמעס –– ספעציעל די יונגע –– אז זיי זענען צעמישט און אומזיכער . א שאד אויף די איבריגע זארג ! ווער איז דען מער געטריי ווי א אידישע מאמע ?
וואס קען דער פאציענט טון גוט אויפצורעגן דעם דאקטאר ?
November 13 , 2024 SHOPPERS ROUTE 115