11 13 24 | Page 114

דער אמת איז , איך ווער ממש נישט נערווירט פון פאציענטן .
אוודאי , צוליב דעם מאכן מיר דאך דעם אינטערוויו מיט אייך ... אבער וואס קענט איר זאגן לגבי אנדערע דאקטוירים ?
א דאקטאר ווערט נערווירט ווען דער פאציענט קומט אריין מיט זיין אייגענער אגענדע , כאילו ער ווייסט פינקטליך וואס זיין פראבלעם איז און ער ווארט פשוט דער דאקטאר זאל אויספאלגן זיינע אנווייזונגען . אזא פאציענט העלפט דעם דאקטאר אויסארבעטן זיינע מידות . ס ' איז נישט קיין פראבלעם אויסצודריקן די אייגענע מיינונג און ס ' איז זייער גוט צו זיין אינפארמירט , אבער מען דארף געדענקען זיך אויפצופירן מענטשליך און מיט דרך ארץ .
גראדע האב איך נישט קיין פראבלעם מיט אזעלכע פאציענטן . מיר שמועס ' ן אויס זייער מיינונג און מיר באשליסן צוזאמען אויב ס ' איז טאקע די ריכטיגע צוגאנג . אדרבה , אפשר רעדט דער פאציענט גאר דברים של טעם ?
נאך א זאך : נישט פאלגן דעם דאקטאר ' ס אנווייזונגען . דאקטוירים זוכן נישט סתם צו שווער מאכן דעם פאציענט ' ס לעבן ! ווען מען נעמט נישט דעם דאקטאר ' ס פארשריבענע מעדיצין אדער מען טוט נישט וואס מען דארף , איז נישט מער ווי נארמאל דער דאקטאר זאל ווערן אביסל אויפגערעגט . אויב מען האלט נישט ביים פאלגן דעם דאקטאר , פארוואס קומט מען בכלל ?
וואס זענען אפט-געפרעגטע שאלות ?
רוב שאלות דרייען זיך ארום די זעלבע צוויי טעמעס : " איז מיין קינד אין ארדענונג ?" ( איז זיין הוסט , אטעם , קאליר נארמאל ?( און " צו טוה איך ריכטיג ?" ( איך לייג אים שלאפן ווי עס דארף צו זיין ? איך גיב אים גוט צו עסן ? איך נעם גוט קעיר ?( מען וויל הערן די בארואיגונגס רייד פונעם דאקטאר אז יא , דאס הוסט איז נארמאל . ניין , דאס קינד איז נישט געפערליך קראנק . יא , זיין דיעטע און שלאף זענען געוואלדיג .
טייערע מאמעס , יא ! אויב איר גיבט זיך אפ מיט דעם קינד ' ס געזונט , דאן טוט איר ריכטיג !
נאך אן אפט-געפרעגטע שאלה איז וויאזוי צו פארזיכערן אז די געשוויסטער פון דעם קראנקן זאלן נישט אפכאפן די קרענק , וואס דאס איז זייער א
פארשטענדליכע זארג .
נאך אזויפיל יאר , טרעפט איר זיך שוין אן מיט א צווייטער דור פון די זעלבע משפחות ?
יא , און דאס גיבט מיר גאר א ווארעמע געפיל . ס ' איז א נחת צו זען ווי שיין מיינע קליינע פאציענטן זענען אויפגעוואקסן , און אט זענען זיי צוריק מיט זייערע אייגענע קינדער !
די קינדער ראטן אין די עלטערן ?
ס ' איז צו פרי צו וויסן , ווייל די נעקסטע דור איז נאך ממש קליין . איך קען דיר אבער זאגן אז געשוויסטער ענדלען געווענליך שטארק איינס צום צווייטן און ס ' איז אמת ' דיג זיס צוצוזען ...
וואספארא חילוק זעט איר פון אמאל און היינט ?
היינט איז מען פיל מער אויפמערקזאם און אפן צו פארשידענע נושאים וואס פלעגן אמאל זיין באגראבן טיף אונטער ' ן קארפעט . ס ' איז היינט דא אזויפיל אינפארמאציע , און ב " ה , מען איז פיל מער באוואוסטזיניג און גרייט זיך צו לאזן העלפן , ספעציעל מיט מענטל העלט . א גייסטישע דיאגנאז איז שוין היינט נישט דער מאנסטער וואס עס איז געווען מיט נישט לאנג צוריק ; די ערשיינונג דערפון איז נארמאליזירט געווארן און עס ווערט ריכטיג אדרעסירט דורך רוב אחריות ' דיגע עלטערן .
די זעלבע טויש איז געשען מיט פיזישע אנטוויקלונג –– ס ' זענען היינט פארהאן אזויפיל ארגאניזאציעס , אז עלטערן דארפן נישט מער ווי אויסשטרעקן א האנט און בעטן הילף . מען דרייט זיך שוין אפילו נישט אויס צו געבן א צווייטע בליק אויף אן אומגעווענליך קינד ; ס ' איז שוין בכלל נישט אינטערעסאנט .
חוץ פון דעם איז דער עולם פיל מער אריינגעטון אין געזונט . די געשעפטן זענען באלאדנט מיט געזונטע עסנווארג וועלכע ווערן טעגליך אפגעליידיגט פון די פאליצעס און עס קומען טעגליך ארויס נייע פראדוקטן .
האט איר שוין אמאל דיאגנאזירט אן ערנסטע קרענק ?
זיכער . מיר דארפן דאן צוטרעפן אין וועלכע לאך עס פאסט זיך אריין און וואו צו שיקן דער פאציענט , און איך קען דיר נאר זאגן אזויפיל אז אלע זענען היינט
114 SHOPPERS ROUTE November 13 , 2024