11 13 24 | Page 113

ב " ה אין ארדענונג . ס ' איז קאנפידענשעל ; איך האף אז דו פארשטייסט אז איך קען נישט מיטטיילן מער ...
יא , זיכער .
וואס האלט איר איבער עלטערן וואס באזוכן דעם דאקטאר וועכנטליך פאר ממש מילדע פראבלעמען ?
ס ' שטערט מיר בכלל נישט ; פאר דעם בין איך דאך דא ! איך פארזיכער די עלטערן אז " ס ' איז גארנישט , דיין קינד איז נאר אביסעלע פארקילט . ער איז אקעי ". אדרבה , עלטערן דארפן פילן באקוועם צו קומען צום דאקטאר פאר סיי וואס . איך וויל הערן זייערע דאגות . איך וויל אויס ' שמועס ' ן וואס עס שטערט זיי . פארוואס נישט ?
געווענליך איז עס די יונגע עלטערן וואס האלטן זיך נאך אינמיטן אויסלערנען וואס עס איז נארמאל און וואס נישט . ביים נעקסטן קינד זענען זיי שוין פיל ווייניגער היסטעריש , און שפעטער , מיט א שטוב פול מיט קינדער , קומען זיי קוים אן צום דאקטאר בכלל ...
און וויאזוי פארבלייבט איר אזוי געדולדיג און פאזיטיוו יאר נאך יאר , פאציענט נאך פאציענט ?
איך ווייס נישט צו איך בין טאקע אלעמאל אזוי , אבער איך פרוביר זיכער . איך שפיר אז חוץ פון דיאגנאזירן דעם פאציענט אדער זאגן פאר די עלטערן אז זייער קינד איז אין ארדענונג האב איך א השפעה אויף זייערע קומענדיגע פאר שעה . אויב איך קען מאכן דער באגעגעניש מיט ' ן דאקטאר א פאזיטיווע , פרייליכע איבערלעבעניש , פארוואס זאל איך נישט ? ס ' איז נישט קיין שווערע זאך צו שמייכלען און זיין העפליך און דער פאציענט בלייבט אין א גוטע שטימונג אפילו לאנג נאכדעם וואס ער פארלאזט דעם דאקטאר ' ס אפיס . פיל מאל וועט ער אפילו אנשטעקן זיינע ארומיגע !
אזוי ארום נעם איך נישט נאר קעיר פון דעם פאציענט , נאר אויך פון זיינע משפחה מיטגלידער אינדערהיים ...
חוץ פון דעם , אויב דער באגעגעניש מיט ' ן דאקטאר ווערט א נעגאטיווע איבערלעבעניש , זענען דא פיל ווייניגערע שאנסן אז דער פאציענט וועט אויספאלגן די נויטיגע אנווייזונגען , און ס ' איז אויך זייער מעגליך אז ער וועט זיך בכלל נישט אומקערן צום דאקטאר מער .
אבער איר טוט דאך שוין די זעלבע זאך פאר אזויפיל יאר ! וויאזוי ווערט איר נישט אויסגעברענט ?
איך האב ליב וואס איך טו ; איך מיין אז ס ' איז פשוט דאס . ווען מען האט הנאה פון וואס מען טוט וועט מען אלעמאל האבן א שמייכל אויפ ' ן פנים !
וואס קענען עלטערן טון צו פארמיידן אויער אנטצינדונגען , סטרעפ , פארקילונג , א . ד . ג .?
דאס זענען אינפעקציעס –– אן אויער אנטצינדונג איז טאקע נישט אנשטעקיג , אבער עס איז געווענליך א רעזולטאט פון א פארקילונג , וואס איז וויירעל –– און דער ענטפער איז היגיענץ ( hygene (.
וואשט די הענט כסדר , ספעציעל פאר ' ן עסן . לערנט אויס די קינדער צו ניסן אין די ערמל , אזוי ווערט נישט אריינגעשאסן א גאנצע מחנה באצילן אין די לופטן פאר אלעמען אריינצואטעמען . פרובירט צו האלטן אפט-בארירטע פלעצער ריין . ( אין דעם זענען די וויליאמסבורגער באלעבאסטעס אויסגעצייכנט !( און , וואשט די הענט נאכאמאל ...
און ביטע , שיקט נישט אייערע קינדער אין שולע ווען זיי פילן נישט גוט ! איך ווייס אז מענטשן טוען עס ווייל זיי זענען פארנומען , און איך פארשטיי דאס , אבער ס ' איז אמת ' דיג נישט גערעכט . טראכט אריין : צוליב דיין קינד וועט יעצט א גאנצע קלאס זיין אויסגעשטעלט צו באצילן ! מען מעג נישט קראנק מאכן אנדערע צוליב די אייגענע באקוועמליכקייט .
פארוואס כאפן געוויסע מענטשן יעדע מעגליכע פארקילאכץ בשעת אנדערע שפרייזן אריבער דעם ווינטער אן אן איינצלנעם הוסט ?
דאס האט צוטון מיט די געבוי פונעם קערפער און מיט די אימיון סיסטעם . א שוואכערע אימיון סיסטעם קען זיך שווער קריגן מיט אן אריינדרינגנדע וויירוס .
וואס קען מען טון נישט צו ווערן אנגעשטעקט מיט " ווינטער בלוס "?
אייגנטליך איז עס נישט נאר שייך פאר ווינטער ; ס ' איז פאר די גאנצע לעבן ... וואס קען אונז האלטן גוט אויפגעלייגט און שמייכלדיג ווען די וועטער איז
November 13 , 2024 SHOPPERS ROUTE 113