ס ' איז ווינטער . די גאסן זענען שטיל און די פארקס אויסגעליידיגט , אבער דער דאקטאר ' ס אפיס ווירבלט מיט אקטיוויטעטן ... ווייל ווען עס קומט צו די קינדער ' ס געזונט וועט קיין וועטער נישט פארשפארן א אידישע מאמע אינדערהיים !
לאמיר הערן אביסל סודות פון דעם דאקטאר ' ס אפיס . מיר האבן אפגעהאלטן א באלערנדע שמועס מיט דר . פרענקל , די בארימטע קינדער- דאקטארין פון , KinderCare וועלכע סערווירט שוין די וויליאמסבורגער געמיינדע פאר קרוב צו צוויי- צענדליג יארן מיט א זעלטענע געטריישאפט . מיר זענען זייער דאנקבאר אז טראץ איר
פארנומענקייט האט זי מסכים געווען אראפצוגעבן פון איר צייט און אונז ענטפערן אונזערע שאלות .
אינטערוויו
לאמיר צוערשט הערן : איז עס א שווערע פראצעס צו ווערן א דאקטאר ?
איך וועל דיר געבן די פאקטן און דו קענסט באשליסן ... מען דארף ערשט גראדואירן פון הויך שולע . דערנאך דארף מען גיין אין קאלעדזש פאר פיר יאר , און הערשט דאן קען מען זיך איינשרייבן אין מעדיקאל סקול . כדי צו ווערן אנגענומען אין די מעדיקל שולע דארף מען נעמען אן , MCAT א שווערער פארהער אויף וועלכע מען מוז זיך
אויסצייכענען , און מען דארף אויך דורכגיין עטליכע אינטערוויוס . ענדליך , נאך פיר יאר
אין די מעדיקאל שולע , קען מען זיך אריינלייגן אין די ספעציפישע פעלד וואס מען וויל פראקטיצירן . עס
הייסט “ residency ”, און עס נעמט מינימום דריי יאר . איך האב אויסגעקליבן . pediatric residency נו , איז דאס שווער ?
דאס איז עלף יאר אלעס צוזאמען ! וויאזוי האלט מען עס אויס ?
מיט אנטשלאסנקייט ! איך האב געוואוסט אז די צייט און ארבעט וואס איך לייג יעצט אריין וועט זיך נאך איין טאג אויסצאלן ; כ ' האב געהאלטן מיין ציל פאר די אויגן דורכאויס אלע יארן און איך האב אפילו איינמאל נישט געקלערט אויפצוגעבן . איך האב גראדע זייער הנאה געהאט פון די שטודיעס , ווייל איך האב הנאה צו לערנען .
פארוואס האט איר אויסגעוועלט צו זיין דווקא א קינדער דאקטאר ?
פשוט – איך האב שטארק ליב משפחה און קינדער ! ס ' איז זייער א פאזיטיווע און בא ' טעמ ' טע קאריערע און דורכאויס מיינע שיפטס אין די residency האב איך זיך איבערצייגט אז דאס איז ווירקליך וואס איך וויל טון . דארט דארף מען נעמען פארשידענע ערליי שיפטס און איך האב די מערסטע הנאה געהאט פון די קינדער אפטיילונג . דעריבער האב איך דאס אויסגעוועלט אלס מיין קאריערע !
און פארוואס האט איר אויסגעוועלט וויליאמסבורג ?
116 SHOPPERS ROUTE November 13 , 2024