נעמי
צווילינג אין שפיגל
מיר געהערט אז די דייטשן האבן צוזאמגענומען אלע אידן אין דעם ' באראן הירש ' געגנט , און עס פארוואנדלט צו א געטא . שפעטער האט מען דערציילט אז מען האט פארשיקט אלע אידן פון געטא קיין פוילן . וואס איז אין פוילן ? אין פוילן זענען פארהאן לאגערן , ארבעטס-לאגערן , אבער מענטשן האבן געשמועסט אז עפעס קומט פאר דארט אין די לאגערן , עפעס ערנסט און שרעקעדיג און שרעקליך ...
אוי , ס ' איז מיר שווער זיך צו דערמאנען אין דער אייז-קאלטער שרעק וואס האט אונז ארומגענומען , הערנדיג אז מען האט פארטריבן אונזערע טייערע עלטערן קיין אוישוויץ .
גענוג , חנה . איך קען נישט מער ...
אין זומער תש " ג , האט זיך איטאליע אונטערגעגעבן פאר די דייטשע ארמייען , און דאן האבן די דייטשן באהערשט דעם געגנט אין וועלכן אטונא געפינט זיך . מיר זענען אנטלאפן צו די בערג , און דארט האבן מיר זיך אויסבאהאלטן אינאיינעם מיט די " מאקי " – די גריכישע פארטיזאנען .
ווען די מלחמה האט זיך ענדליך געענדיגט , זענען מיר צוריקגעקומען קיין סאלאניקי , וואו מיר האָ בן אנגעטראפן איין גרויסן שרעקליכן חורבן : פון דער גאנצער שיינער בליענדער קהילה , איז גארנישט געבליבן . מיר האבן מער נישט געהאט וואס צו זוכן דארט .
אין איינעם פון די טעג האבן מיר געהערט פון אן אומלעגאלער שיף וואס פארט ארויף קיין ארץ ישראל . מיר האבן נישט געהאט קיין סערטיפיקאטן , אבער בלייבן אין גריכנלאנד האבן מיר זיכער נישט געוואלט , האבן מיר באשלאסן איינצושטעלן און מיר זענען ארויפגעגאנגען אויף דער שיף .
אנקומענדיג נאנט צו די ברעגעס פון חיפה , האבן די ענגלענדער געכאפט אונזער שיף און אונז אלע פארשיקט צום אינזל קאפריסין . דארט זענען מיר פארהאלטן געווארן אין א לאגער ווי ארעסטאנטן , ביז די ענגלענדער זענען ענדליך ארויס פון פאלעסטינע . ערשט דאן זענען מיר ענדליך אנגעקומען אין לאנד .
אנטשולדיג מיר , חנה טייערע , אז איך האב נישט געשריבן צו דיר ביז יעצט . עס איז פשוט נישט געווען שייך . מיר זענען געווען אזוי פארוואגלט , מיר האבן אזוי פיל געוואנדערט . יעצט אז מיר האבן ענדליך א געהעריגן דאך איבער ' ן קאפ , האב איך די צייט און קאפ און כח זיך אפצוגעבן ווי עס דארף צו זיין מיט אונזערע צוויי קינדערלעך – און אויך , פארשטייט זיך , ארויסצושיקן א בריוו צו מיין ליבע צווילינג-שוועסטער אין אמעריקע ...
איך בעט דיר איבער , און איך האף אז דו פארשטייסט מיך , חנה . בלייב מיר געטריי – דו ביסט דאך די איינציגע משפחה מיטגליד וואס איז מיר געבליבן ...
מיט אומגעהויערער בענקשאפט ,
איר טאשנטיכל איז דורכגענעצט פון טרערן .
אוי , טאטי , מאמי , פארוואס האב איך אייך אפגעלאזט ? פארוואס האב איך אייך נישט געצוואונגען מיט כח מיטצוקומען מיט מיר קיין אמעריקע , איידער דער גרויזאמער דייטש האט אייך ארויפגעשיקט גראד אין גן עדן אריין ?
נעמי
חנה גייט צו צום קאונטער און צינדט אן א ליכט מיט טרייסלענדע הענט ; נאך איינס , אויך פאר מאמי . אוי , באשעפער , נעם נקמה פאר מיינע עלטערנ ' ס פארגאסענע בלוט .
" מאם ?" דעבי קומט אריין אין קאך און קוקט מיט וואונדער אויף די ליכט . " וואס איז דאס ? ווער האט היינט א פארטי ?"
חנה באטראכט דעם צען-יעריג קינד דורך דעם
שיכט פון טרערן וואס באדעקט אירע אויגן . צי מעג מען דען אויפטרייסלען איר ליכטיגע וועלט מיט שרעקליכע ערציילונגען פון לאגערן און טויט ?
דעבי ווארט נישט אויף אירע קווענקלענישן . אייגנטליך אינטערעסירט איר נישט צופיל איר מאמענ ' ס באשעפטיגונגען . " מאם , האסט געזען דעם נייעם בערזל וואס ליסא האט ? ס ' איז הערליך , און א-ל-ע מיינע פרענדס האבן עס . כ ' קען אויך קויפן אזאנס ?"
חנה דערלאנגט איר דאס געלט , פארזונקען אין אירע מחשבות . מיט א פארגלייזטן בליק קוקט זי נאך די גליקליכע שפרינגערייען פון דאס זארגלאזע מיידל . א נייע בערזל ? שוין , זאל זיין . כאטש זאל זי נישט וויסן פון קיין זארג אין איר לעבן .
די שרעקליכע בילדער פון דעם פאגראם אין קאמביל קומען פלוצלונג ארויף מיט שטארקייט קעגן אירע אויגן , איר אטעם ווערט שווער . אוי , כ ' קען זיך נישט דערמאנען דערפון . די שרעקליכע געשרייען ... די צעהיצטע גוים ... דער רויך ... דער שרעקליכער פייער- גערוך ... אוי , באשעפער !
זי באגראבט איר פנים צווישן אירע האנטפלאכן . גענוג , נישט טראכטן מער . עס איז שוין היסטאריע . מיר זענען שוין ווייט , ווייט אוועק פון דארט . אט , מיר זענען פריי .
אייגנטליך , כאפט זי זיך , איז דער פאגראם דווקא געווען פאר איר טובה . נאר דערפאר איז זי אנגעקומען אהער , נאך איידער דער שרעקליכער חורבן האט זיך אנגעהויבן אין אייראפע .
214 SHOPPERS ROUTE October 1 , 2024