תשרי תשי " ז , מאנהעטן , ניו יארק
דיין שוועסטער , חנה ,
צווילינג אין שפיגל
תשרי תשי " ז , מאנהעטן , ניו יארק
דאס בריוועלע איז פארשלונגען געווארן אינעם פאסט-קעסטל . אוי , נעמי , הלוואי וועסטו שוין אננעמען די איינלאדענונג .
חנה איילט צו אירע טריט . ס ' איז נאך דא א געוואלד פון ארבעט . מ ' האט נאכנישט באשלאסן אין וועלכער דירה דאס פארפאלק וועט
זיך באזעצן –
און דאס איז נאר א קלייניקייט . דאס מעבל איז א סוגיא פאר זיך : וועלכע מעבל , וועלכע מאדעל , ווי אזוי מען זאל עס אויסשטעלן ?... עס זענען דאך דא הונדערטער החלטות צו מאכן ! און די שטאפיר , און דער חתונה-זאל , און די מוזיק , און דאס עסן ...
אך , ווען איך וואלט נאר געהאט איינעם מיט וועמען זיך שואל עצה צו זיין .
הלוואי וועט נעמי קומען צו דער חתונה .
ביי מעני ' ס חתונה איז זי נישט געקומען . זי איז פונקט געווען א קימפעטארין דעמאלט . אבער זי האט מיר צוגעזאגט נאכאמאל און נאכאמאל אז ביי דעבי ' ס חתונה , אויב ס ' וועט זיין שייך , וועט זי זיך אנשטרענגען צו קומען .
איך קען שוין קוים ווארטן אויף איר ענטפער . הלוואי זאל זי אננעמען מיין איינלאדענונג .
" כ ' האב געצאלט דערפאר א געזונטן פרייז . אבער ס ' האט זיך געלוינט , ניין ? קוק ווי זיס ער זעט אויס . ממש ווי פון די רעקלאמעס ארויס , ניין ?"
שוין , מ ' דארף זיך צואיילן . ס ' איז נאך דא אן א שיעור ארבעט . באלד דארף איך אריבערגיין צו דער שניידערין אנמעסטן דאס קלייד פון דער חתונה . כ ' האף אז ס ' איז טאקע אויסגעקומען אזוי ווי זי האט צוגעזאגט , ווייל אויב נישט , איז שוין שרעקליך שפעט איבערצומאכן .
מ ' מוז אויך באשטעלן דרינגענד א נייע שייטל . די אלטע איז שוין אמת ' דיג נישט צו דער זאך , אלטמאדיש און אפגעניצט .
און נייע שיך , און ענדיגן אויסשטאפירן דעבי , און א נייעם הוט פאר שלום , און א נייעם אנצוג , און אויך נייע שיך ... די ליסטע ענדיגט זיך נישט . אזוי גייט עס . אבער ברוך השם , פאר גוטע סיבות !
און וואס וועט זיין מיט מעני ?
א קרעכץ רייסט זיך ארויס פון איר האלז . א קרעכץ וואס ערוועקט זיך יעדעס מאל וואס זי טראכט נאר פון איר מעני און זיין פרוי , רעיטשעל .
נעמי ,
מיט גליק און פרייד וויל איך דיך לאדענען צו דער חתונה פון מיין טייערע טאכטער דעבי .
נעמי , דו ביסט מיין איינציגע משפחה-מיטגליד אויף דער וועלט . אזוי פיל מאל האב איך דיך שוין געלאדנט אויף א באזוך , און דערווייל איז עס נאכנישט געשען . ביי מעני ' ס חתונה האסטו טאקע נישט געקענט קומען , אבער יעצט בעט איך דיר : דו מוזט זיין דא , שוועסטער טייערע . איך קען נישט טראכטן פון חתונה מאכן מיין טאכטער אן דיר ביי מיין זייט !
דו ביסט העפליך געלאדנט צו מיר אינדערהיים אויף דער גאנצער תקופה פון דער חתונה , צוזאמען מיט דיין מאן און דיינע זיסע קינדערלעך , אסתר און תמר .
איך בענק זיך שוין אזוי שטארק נאָ ך דיר . איך האלט עס שוין נישט אויס . מיינע קינדער ווארטן שוין אויך זיך צו קענען באקענען מיט זייער מאמענ ' ס איינציגע שוועסטער פון ארה " ק . ביטע , נעמי , זאג מיר נישט אפ דאסמאל .
כ ' האף אז דו וועסט אננעמען מיין געבעט און טאקע קומען זיך באטייליגן אין דער חתונה . איך בעט דיר , נעמי . איך קען נישט אן דיר . אן דיר וועט מיין שמחה נישט זיין גאנץ .
מיט ליבשאפט און בענקשאפט – און ערווארטונג דיך צו זען ,
דיין שוועסטער , חנה ,
October 1 , 2024 SHOPPERS ROUTE 213