צווילינג אין שפיגל
ניצן ?"
" ד א ס
חנה לאכט . וועסטו אודאי וויסן בעסער ווי איך ... ביי אונז אין סאלאניקי פלעגט מען כמעט אלעס אויפנייען אליין . מיר האבן נישט געקענט קויפן קיין פארטיגע פארהאנגען אין א געשעפט אדער פאבריק ..."
דער שמועס ציט זיך ווייטער אויף עטליכע מינוט . דאן געזעגנט זיך חנה ליבליך פון איר שנור און אייניקל , און יאגט זיך צוריק אהיים , צו די לאנגע ליסטעס פון זאכן וואס דארפן ערלעדיגט ווערן און דעם נאכטמאל וואס דארף געקאכט און סערווירט ווערן .
און דאס קיצל אין הארצן ? דאס קול וואס פרעגט , נאגט , מאנט ? זיי ווערן אינגאנצן פארגעסן , באגראבן , אוועקגעבלאזן מיט דער ווינט .
עס איז בעסער אזוי . באקוועמער אזוי .
אך . ווען איך וואלט זיך נאר געקענט צוזאגן אז רעיטשעל וועט אנקומען צו דער חתונה אנגעטון אזוי ווי עס פאסט .
" באבי "!
" אה , עובדי ', מיין נשמה ' לע !" נעמט חנה ארום מיט ליבשאפט דאס קליין אוצר ' ל וואס לויפט איר אנטקעגן מיט פריידיגן עקסטאז .
וואס איז דאס ? וואס דארף מיינען דאס מאדנע היטל וואס פארשטעלט העלפט פון דעם זיסן פנימ ' ל ? חנה פארבייסט זיך די ליפן און שמייכלט אין ריכטונג פון רעיטשעל . וואס פארשטיי איך דען צו די היינטיגע מאדעס ?
" א גוטן , רעיטשעל !" באגריסט זי איר שנור . וואס הענגט דארט ארום איר האלז ? א נייע קייטל , זעט אויס . אירע אויגן-ברעמען הייבן זיך . עס געפעלט מיר עפעס נישט אזוי , צו ... צו רעש ' יג , גרויס . כמעט ... פראסט .
נו , חנה . דו פירסט זיך אויף אזוי ווי אן עכטע שוויגער פון אלע מעשיות . הער שוין אויף .
" אמת ס ' שיין ?" רעיטשעל כאפט אויף איר בליק . " אלע גייען היינט אזוי , ממש די לעצטע מאדע . נאר פופצן דאלאר ."
פופצן דאלאר ... ווייסט זי דען וויפיל שעות פון ארבעט מעני דארף שוויצן פאר אט די פופצן דאלאר ?!
חנה שאקלט איר קאפ , ווי צו פארטרייבן א פליג וואס האט זיך אריינגע ' גנב ' עט אינעווייניג . שוין , אזוי גייט עס ביי די יונגע . זיי ווילן אויסזען שיין , און זיי זענען נאכנישט גענוג ערפארן צו שעצן דעם ווערט פון א דאלאר . ס ' איז באמת צום פארשטיין .
" וואס זאגט די שוויגער אויף עובדי ' ס נייע היטל ?"
" אהמ ..." וואס דארף איך זאגן ? מיר איז
עס גראדע נישט אזוי געפאלן אויף דער ערשטער מינוט , אבער איך בין א באבע , וואס קען זיך נישט אויס מיט דאס וואס הייסט היינט שיין .
" ס ' זעט אויס א טייערע זאך ." איך מיין נישט דערמיט קיין קריטיק , פרובירט חנה צו באאיינפלוסן זיך זעלבסט .
" און נאך ווי ," צעלאכט זיך רעיטשעל . " כ ' האב געצאלט דערפאר א געזונטן פרייז . אבער ס ' האט זיך געלוינט , ניין ? קוק ווי זיס ער זעט אויס . ממש ווי פון די רעקלאמעס ארויס , ניין ?"
ממש ווי פון די רעקלאמעס ארויס ... עפעס קיצלט איר , דארט אינעווייניג .
' צי איז דאס טאקע א קאמפלימענט פאר דיר , אז רעיטשעל ' ס יונגעלע , דיין אייניקל , זעט אויס ממש ווי פון די רעקלאמעס ארויס ?!' פרעגט זיך א שטילע פראגע , ערגעץ אין די טיפענישן פון איר הארץ .
א סעקונדע שפעטער , ווערט אבער דאס אינערליכע קול פארשטומט . טראכט אפילו נישט אין אזא ריכטונג , חנה . דאס איז דיין נחת , די דורות אויף וועלכע דו האסט געטרוימט א גאנץ לעבן . פריי זיך !
חנה ציט אויס א שמייכל אויפ ' ן פנים . " וואס הערט זיך ?" אינטערעסירט זי זיך העפליך . אט אזוי . א ווארעמע , געטריי שוויגער וואס מאכט זיך וויסנדיג און איז אינטערעסירט צו הערן וואס גייט פאר אין איר שנור ' ס לעבן . געוואלדיג , חנה !
" איך פלאן צו באנייען מיינע פארהאנגען ," פריידט זיך רעיטשעל מיטצוטיילן . " איז וואס זאגסטו , מאם ? וועלכע פירמע לוינט זיך צו
פארזעצונג קומט אי '' ה
212 SHOPPERS ROUTE October 1 , 2024