10 1 24 | Page 215

אור לר " ח סיון תש " ט , ירושלים עיר הקודש , ארץ ישראל

צווילינג אין שפיגל

נייע סעריע באזירט
אויף אמת ' ע פאקטן
פערטער קאפיטל פון 5
פ . וואסערמאן
נייגער . שפאנונג . ערווארטונג . האפענונג .
אין קורצן פון פריער : די יונגע ברוך פאמיליע – שלום , חנה , און זייער קליינער עמנואל – ציט זיך אריבער קיין אמעריקע , נאכדעם וואס זייער הויז אין סאלאניקי ווערט פארברענט אין א שרעקליכן פאגראם . זיי פרובירן זיך צוצוגעוואוינען צו זייער נייעם לעבן אין דער רוישיגער מאנהעטן , און שיקן כסדר צוריק קיין סאלאניקי בריוון און בילדער פון זייערע קינדערלעך – מעני ( עמנואל ) און דעבי ( דבורה (.
פלוצלונג הייבן אן צו קומען שמועות , שרעקליכע שמועות , פון אייראפע : דייטשלאנד ... נאציס ... געטאס ... לאגערן ... מען הערט האלבע ווערטער , אומקלארע באריכטן . וואס קומט פאר ? אין וועלכע לענדער ? צי זענען די שוידערליכע ערציילונגען פון די פליטים טאקע ריכטיג , אדער אפשר – הלואי ! – זענען זיי אויסגעטראכט , אדער כאטש איבערגעטריבן ?
אין פארלויף פון די מלחמה יארן , פרובירט חנה איינמאל און נאכאמאל צו באקומען עפעס א גריס פון סאלאניקי , פון איר שווער און שוויגער , אירע עלטערן , איר צווילינג-‏ שוועסטער נעמי , אבער אן ערפאלג .
אור לר " ח סיון תש " ט , ירושלים עיר הקודש , ארץ ישראל
מיין ליבע שוועסטער חנה ,
אוי , חנה מיין , בלויז שרייבן דיין נאמען ברענגט מיר שוין גלייך ארויף די טרערן אין די אויגן . חנה , וואס מאכסטו ? ענדליך קען איך שוין שרייבן צו דיר , נאך אלע שרעקליכע וואגלענישן און איבערקערענישן . ענדליך זענען מיר אנגעקומען אל המנוחה ואל הנחלה .
חנה , טייערע שוועסטער מיין , ביסט געווען אזוי גערעכט . הלואי וואלטן מיר אויך געהאט דעם שכל צו אנטלויפן באצייטנס ... דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס עס האט זיך אפגעטון אין סאלאניקי בלויז א קורצע צייט שפעטער . דו קענסט זיך נישט פארשטעלן – און איך קען דיר עס נישט שילדערן ... וואס זאל איך שילדערן ? וואס זאל איך דערציילן ? ווי אזוי קען איך דיר בכלל דערציילן אז פון אונזער גאנצע ברייט-פארצווייגטע משפחה איז ליידער נישט געבליבן קיינער ? קיינער , חנה – אויסער איך , און דו , מיין טייערע צווילינג-שוועסטער .
איך האף אז דו וועסט מצליח זיין צו ליינען די ווערטער פון צווישן דעם ים פון דיינע טרערן . אוי , חנה ...
מיינע פינגערס זענען נישט אומשטאנד צו באשרייבן אלע ווייטאגליכע איינצלהייטן . איך וועל דיר נאר שרייבן , ממש אין קורצן , וואס איך פערזענליך בין אריבער , און אפשר , ווען דער אויבערשטער וועט אונז באגליקן און מיר וועלן זיך קענען טרעפן – האפנטליך בקרוב ! – וועל איך דיר מיטטיילן אביסל מער .
אין אנפאנג האט עס אויסגעזען ווי א געווענליכע מלחמה ; מיין מאן איז מאביליזירט געווארן צום גריכישן מיליטער , און ער האט געקעמפט מיט העלדישקייט קעגן דעם פיינט . די איטאליענער זענען טאקע ארויסגערוקט געווארן פון לאנד – אבער ווען די דייטשן האבן זיך צוגעשלאסן כדי זיי ארויסצוהעלפן , האט זיך דאס בילד געענדערט . ביז א קורצע צייט האבן זיי געזיגט , און צעטיילט דאס לאנד אין דריי . אונזער געגנט איז איבערגעגעבן געווארן צו דער הערשאפט פון די דייטשן . איי , ימח שמם וזכרם ... זיי האבן אריינמארשירט מיט כח אין שטאט , אט די בלוטדארשטיגע , צוויי-פיסיגע חיות , און דאן האבן זיך אנגעהויבן די צרות .
זיי האבן אוועקגערויבט דעם גאנצן אוצר הספרים פון הרב חביב הי " ד , חרוב געמאכט דעם אלטן בית החיים , און כסדר געכאפט מענער צו טון שרעקליכע שקלאף ארבעט אונטער דער ברענענדיגער זון .
ווען מיר האבן געזען אז דער צושטאנד ווערט אומדערטרעגליך , האט מיין מאן באשלאסן אז מיר קענען מער נישט פארבלייבן אין סאלאניקי . טאטי און מאמי האבן נאך אלץ נישט געוואלט הערן פון אנטלויפן , זענען מיר געגאנגען אליין – מיין מאן און איך – קיין אטונא , וועלכע איז געווען אונטער דער
איטאליענישער הערשאפט . דארט האבן די אידן געלעבט רואיג – דערווייל .
דארט אין אטונא , האבן מיר כסדר געהערט שרעקליכע שמועות פון סאלאניקי . קודם האבן
October 1 , 2024 SHOPPERS ROUTE 215