10 1 24 | Page 188

דער צדיק רבי יחזקאל מקאזמיר זצ " ל , האט געזאגט , אז די מלאכים אין הימל און די טויזנטער נשמות פון צדיקים אין גן עדן , קענען נישט אזוי שטארק צעברעכן דעם כח פון די מקטרגים , ווי דאס וואס א מענטש אויף די וועלט , איז ממליץ טוב אויף אידן . צ . ב . ש . ער רימט זיי אויס , אז זיי דינען דעם באשעפער מיט תורה ותפלה און צדקה , מער ווי זייער כח . ווייל אלעס ווענדט זיך , לויט ווי אזוי די מענטשן אויף די וועלט רעדן , און וואס זיי זאגן . די זעלבע זאך איז פארקערט חס ושלום . אויב א מענטש זאגט , אז יענעמ ' ס עבדות ה ' איז נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין , אדער אז עס פעלט אין דעם דאס שלימות , מיט דעם ערוועקט ער גאר א גרויסן קטרוג אן א שיעור . און דאס איז געווען די קליפה פון בלעם הרשע , שטענדיג האט ער גערעדט אויף אידן , צו מעורר זיין א קטרוג אויף זיי . עס זענען געווען צדיקים , וואס ווען זיי זענען ארויסגעגאנגען אין גאס , און זיי האבן געזען פשוט ' ע אידן אנגעטאן מיט ציצית , האבן זיי צוליב זייער גרויס אהבת ישראל , געוואלט קושן די אידן , בלויז פאר דעם אליין , וואס זיי זענען מקיים מצות ציצית . פון יעדע גוטע הנהגה - אפילו נאר א קליינע - האבן די צדיקים שטענדיג געזוכט , נאר צו טרעפן א זכות אויף אידישע קינדער . ( דברי ישראל , אמור )
וויכטיגע הלכות פאר די ימים נוראים !
א מענטש מיז שטענדיג אכטונג געבן וואס ער רעדט ווייל אמאל קען זיין אז ביי איין שמועס קען מען עובר זיין פיל איסורי דאורייתא , מיר חזר ' ן עס איבער כאטש שוין געשריבן עטליכע מאל , ווייל ווער וויל דען נישט זיין אפגעהיטן אין אזעלכע פארכטיגע טעג פון אזעלכע גרויסע עבירות ?.
מיר וועלן דא ברענגען קורצע ביישפילן פון ווערטער וואס מען איז דורכדעם עובר ווייניגסטנס עובר " 6 לאוין – 8 מצות עשה – און 3 ארורים "
. 1 נאך שחרית אין בית המדרש זאגט גרונם צו פלתיאל " דער בעל תפלה האט זייער נישט הארציג געדאוונט "
. 2 " דער חזן קען נישט דעם נוסח התפלה , ער פארדרייט דאס דאווענען "
. 3 דער גבאי פון בית המדרש האט געוויסט אז דער בעל תפלה טויג נישט אבער פאר זיינע
אייגענע אינטערעסע האט ער אנגעדרייט אז ער זאל זיין דער בעל תפלה .
. 4 די בעסטע זאך איז , אפילו עס געפעלט נישט פאר איינעם דער בעל תפלה וכדומה זאל ער נישט רעדן דערפון פאר אנדערע .
. 5 און אוודאי זאל מען נישט רעדן פון א בעל תפלה פון אן אנדערן בית המדרש וואס איז פאר אים בכלל נישט נוגע , דאס קען פראסט און פשוט ארויס ברענגען יענעמס שאנדע אן קיין שום תועלת .
נאך עטליכע ביישפילן וויאזוי מ ' קען גרינג נכשל ווערן אין לשון הרע !
. 1 משולם זאגט פאר זיין חבר פייוויש " וואו אזוי קען זיין אז אין אזא הייליגע טאג זאל דער און דער שמועסן אין מיטן דאווענען " משולם וואלט ענדערש געדארפט מקיים זיין די מצוה פון הוכח תוכיח און מוסר זאגן דעם חבר .
. 2 פנחס זאגט פאר זיין חבר " איך לייד אסאך פון מיין שכן אין שול , ער קען נישט אכטונג געבן אויף זיינע ווילדע קינדער וואס שטערן דאס דאווענען " א . א . וו .
. 3 מענדל זאגט פאר זיין חבר בנימין אפילו אין אזעלכע הייליגע טעג פון יאר ריקט זיך אן בערל ווען מען האלט שוין טיף אין מיטן דאווענען . . 4 די אלע ווערטער וואס ברענגען ארויס דעם חבר ' ס שאנד אדער אפילו נאר די שאנד פון קינדער , און אפילו ס ' איז אמת איז דאס ריכטיג לשון הרע . ( עפ " י החפץ חיים הלכות לשון הרע כלל א-ב )
. 5 אומוויסנדיג קען מען רעדן אזעלכע דיבורים אסורים , און די הייליגסטע מאמענטן , וואו פאר תקיעת שופר וואס אידן ווילן דאן מעורר זיין רחמי שמים , אבער דורך רעדן לשון הרע איז מען מעורר קטרוגים רח " ל .
כל הקודם זכה ! איר קענט יעצט באקומען ביי אונז פון די קליינע צאל פארבליבענע פון דעם הערליכן קונטרס " צדק תדברון " אלול-תשרי ווי עס ווערט שיין ארויס געברענגט אלע ענינים פון שמירת הלשון פאר חודש תשרי .
לאמיר זיך מחזק זיין , צו רעדן נאר גיטס אויף אידן , וועלן מיר אראפ ברענגען א קוואל פון ישועות אויף אונז אליינס און אויף אלע אידן , א כתיבה וחתימה טובה פאר אלע אונזערע ליינער און פאר גאנץ כלל ישראל .
188 SHOPPERS ROUTE October 1 , 2024