בעזרת השם יתברך
שמירת הלשון
באשריבן און בארבייט דורך מכון באהלי צבי - 845.774.4314
א הייסע רוף צו בחורי חמד !
טייערער בחור : דו האסט ב " ה זוכה געווען צו לערנען א גאנץ יאר די הייליגע תורה , האסט אסאך פארברענגט מיט דיינע חברים , אויך האסטו געלעבט מיט דיינע מחנכים א גאנץ יאר , אויב פילסטו אז די ביסט ריין פון די עבירה פון צו בארעדן בחורים , אדער מנהלים , ראשי ישיבות , דאן לויב דעם באשעפער פארן עבר און גיב אכטונג אויף להבא אז דיין נשמה זאל אלעמאל בלייבן אזוי שיין און ריין פון די עבירה .
אויב די פילסט אז אומוויסנדיג ביסטו נכשל געווארן און גיבן אומזינסטע שלעכטע אינפארמאציע דארט ווי די תורה האט נישט ערלויבט , דאן איז יעצט די צייט זיך אדורך צו רעדן מיט רבנים מורי הוראה ווי אזוי צו פארכעטן די מכשולות .
טייערע אינגע בחורים !
עס ווארט פאר ענק א לאנג לעבן וואס עטץ האפטס צום באשעפער אז ער זאל ענק באשערן א שיין פיין גליקלעך לעבן , געדענק , און האלט פאר דיינע אויגן דעם פסוק " מות וחיים ביד הלשון " אלעס ווענדט זיך אין דיר אליין ווי אזוי די האסט זיך אנגעגרייט אין דיינע אינגע יארן .
געזוכט א בחור פופצן יאר !
ווען דער גרויסער גאון וצדיק ר ' עקיבא אייגער זצוק " ל האט געוואוינט אין די שטאט ליסא איז ער דעמאלט געווען דער גבאי פון די חברה תלמוד תורה ( משגיח ) האט ער געהערט אויף א געוויסן בחור זייער א שלעכטע אויפפירונג , נאכדעם וואס מ ' האט עס גוט חוקר ודורש געווען איז מען געוואויר געווארן אז עס איז ליידער אלעס אמת . דער גאון ר ' עקיבא
אייגער זצ " ל האט זיך זייער געבייזערט אויף אים און אים זייער אנגעשריגן און געהייסן מ ' זאל אים פארטרייבן פון זיין הויז , זייט די מעשה איז פארלאפן געווארן פופצן יאר , און דער גאון ר ' עקיבא אייגער איז שוין דעמאלט געווען רב אין פרידלאנד , האט ער איינמאל געהערט פון אינטער זיין טיר שמועסן אז דער יעניגער בחור וואס מ ' האט פארטריבן וואוינט היינט אין ברעסלא , האט ר ' עקיבא אייגער געשריבן א בריוו אין האט עס אים געשיקט מיט איינעם פון זיינע חשוב ' ע מענטשן ער זאל עס איבערגעבן פאר דעם בחור , דער שליח איז געווען א איש מכובד האט ער זיך זייער געוואונדערט וואס האט דער בארימטער גרויסער גאון וצדיק א שייכות מיט דעם בחור , האט ער אים זייער שטארק געבעטן ער זאל אים פארציילן די אינהאלט פון דעם בריוו , דער בחור האט אים געוויזן דעם בריוו וואו ר ' עקיבא אייגער זצ " ל שרייבט אים אז זינט די מעשה וואס ער האט אים אזוי אנגעשריגן , די גאנצע פופצן יאר טוט אים וויי דאס הארץ און ער האט צער פארוואס ער האט עס געטון , אבער אזוי ווי ער האט נישט געוויסט ווי ער געפינט זיך האט ער נישט געוויסט וואו צי גיין אים זוכן ער זאל אים קענען מפייס זיין , אבער יעצט אז ער האט געהערט אז ער געפונט זיך אין ברעסלא בעט ער אים זייער שטארק אז ער זאל אים מיטן גוטן ווילן מוחל זיין בלב שלם , און ר ' עקיבא אייגער פירט אויס כדי איך זאל מיך קענען בארואיגן פון מיין צער , בעט איך דיר אז די זאלסט מיר צוריק שרייבן מיט דיין כתב יד אז די האסט נישט אויף מיר קיין שום תערומות זיע " א ועכי " א . ( חוט המשולש )
א מענטש קען טון א טובה פאר א צווייטן איד מער ווי די צדיקים אין גן עדן !
נתפרסם להצלחת יואל בן העניא
January 4 , 2023
October 1 , 2024 SHOPPERS ROUTE 189
3