10 1 24 | Page 187

נייעס

פון ארום וויליאמסבורג
האזינו
מעיאר עדעמס געשטעלט אין געריכט , דערקלערט זיך אומשולדיג
דער ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס איז דעם פרייטאג צופרי ערשינען אין א פעדעראלע געריכט הויז אין מאנהעטן , וואו ער איז פארמאל געווארן אנגעקלאגט אויף פארשידענע קלאגעס . דער ריכטער האט פארגעלייגט די קלאגעס , און עדעמס האט זיך דערקלערט אומשולדיג דערויף .
נייע ביהמ " ד לב אהרן דקיט " ל סאטמאר באנייעט אין וויליאמסבורג
דעם שבת פרשת נצבים וילך איז אין א מזל ' דיגע שעה באנייעט געווארן די נייע בית המדרש דקהל יטב לב ד ' סאטמאר אויף סאוט 8 אין וויליאמסבורג , וואס ווערט גערופן מיטן נאמען " לב אהרן " בהוראת הקודש פון כ " ק אדמו " ר מסאטמאר שליט " א , און איז נתנדב געווארן דורך הנגיד הנכבד ר ' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי " ו . אין בעפארברייטונג צום שבת , איז כ " ק אדמו " ר מסאטמאר שליט " א אנגעקומען אויף א באזוך בין כותלי בית המדרש , זייענדיג צוגאסט אין וויליאמסבורג ביי די וועכנטליכע זמני קבלת קהל דינסטאג אויפדערנאכט , דער רבי האט ווארעם געוואונטשן פאר די עוסקים במלאכת הקודש . די נייע ביהמ " ווערט געפירט דורכ ' ן דיין הקהילה הגה " צ ר ' חיים אהרן אונגער שליט " א . דעם שבת לכבוד די פתיחת בית המדרש , איז הגה " צ אבד " ק סאטמאר וומס " ב שליט " א אנגעקומען אויף תפילת שחרית בין כותלי בית המדרש החדש , און נאכן דאווענען אפגעראכטן א קידושא רבא לרגל המאורע .
די געריכט פראצעס איז ערווארטעט זיך צו ציען א לענגערע צייט , און וועט גאנץ מעגליך פירן צו עדעמס רעזיגנאציע , פון וואס מען זעט דערווייל נאכנישט קיין צייכן . אין די זעלבע צייט ווערט באקאנט אז עדעמס האט בלאקירט די עף בי איי פון האבן צוטריט צו זיין סעלפאן , נאך וואס ער האט געטוישט פעסווארד א טאג בעפאר זיי האבן עס צוגענומען פון אים .
א ביליאן דאללער זוכט א אייגענטומער
ניו דזשערזי לאטערי באאמטע האבן ארויסגעשטעלט א מעלדונג , וואו זיי דערמאנען אז עס איז פארהאן א לאטערי געווינס פון איבער א ביליאן דאללער , וואס פארמאגט דערווייל נישט קיין אייגענטומער , און מען ווארט אז איינער זאל קומען אויסלייזן דאס געלט . די מעגא מיליאן לאטערי טיקעט איז פארקויפט געווארן א האלבע יאר צוריק ביי א שאפרייט געשעפט אין ניו דזשערזי , די ציפערן זענען דעמאלטס געמאלדן געווארן , אבער קיינער איז זיך נאכנישט געקומען מעלדן אז די געווינס איז זייערס . לויט די לאטערי פראטאקאלן איז די געווינס אפן פאר בלויז א יאר צייט , וואס
October 1 , 2024 SHOPPERS ROUTE 187