10 1 24 | Page 186

855-289-8989

FLIX HANDYMAN

באדייט אז אויב איינער האט עס געווינען , קען ער אפנעמען דאס געלט בלויז ביז צוועלף חדשים זינט די לאטערי געווינס .
וואסער טויש אין ניו יארק סיטי
די גרויסע דעלעווער עקוואדאקט וואסער רעזערוואר וואס שטעלט צו ארום האלב פון די וואסער פאר ניו יארק סיטי , און איז די לענגסטע טונעל איבער די וועלט , פירנדיג וואסער פאר פינף און אכציג מייל פון די קעטסקילס ביז ניו יארק סיטי , איז די וואך פארשלאסן געווארן אויף צייטווייליג , צו קענען דורכפירן וויכטיגע ארבעט צו פאררעכטן ערנסטע ליעקס אונטער די האדסאן ריווער . צוליב דעם האט די סיטי איינגעשטעלט צייטווייליגע וואסער באנוץ דורך אנדערע רעזערווארן , וואס באדייט אז מען קען שפירן א אנדערע טעם אין די וואסער . די באאמטע האבן ארויסגעשטעלט א מעלדונג אז מען דארף זיך נישט זארגן דערוועגן , אלס איז פארזיכערט און געפילטערט אזוי ווי געווענליך , אבער וויבאלד עס קומט פון אנדערע פלעצער קען זיך עס שפירן עטוואס אנדערש .
געזעסן אין טורמע בטעות פאר 25 יאר
א אכט און פערציג יעריגער מענטש איז די וואך באפרייט געווארן פון טורמע , נאכן שמאכטן פאר פינף און צוואנציג יאר אלס שולדיגער אין א פאליציי מארד , און אצינד איז אפירגעקומען באווייז אז ער איז ניטאמאל געווען שולדיג דערין . דזשאן עדריען וועלאסקועז , א איינוואוינער אין ניו יארק סיטי , איז ארעסטירט געווארן מיט פינף און צוואנציג יאר צוריק , אויף פארדאכטן אז ער האט געשפילט א ראלע אין די 1998 מארד און רויבעריי אטאקע אויף דער פאליציי דעטעקטיוו אלבערט ווארד , לעצטנס איז געפונען געווארן נייע באווייזן דורך די ען עי , וואס האט געצייגט אז ער איז גענצליך אומשולדיג אין די געשיכטע , און היינט צופרי איז ער באפרייט געווארן צו א פרישע לעבן .
Flix : Your go-to Handyman for all your punch list work .
● Experienced Flixermen with 10 + years of experience making sure we deliver exceptional quality work .
● 95 % of jobs completed within 24 hours .
● 500 + five star reviews on Google .
Schedule Your Flixerman Today !
Hourly Rates Quick Response Professional Team
Servicing New York and New Jersey
186 SHOPPERS ROUTE October 1 , 2024