10 1 24 | Page 172

באקוועם מיט זיינע אידישע קאלעגעס .
זיי האבן גלייך אפגעשמועסט ווי זיי וועלן זיך קענען טרעפן פון היינט און ווייטער און דערנאך האט זיך אנדרעי געזעגענט פון קלעבע און זיך געיאגט צו ליפערן די געבעקסן פאר די הונגעריגע אידישע קינדער וועלכע ווארטן דערויף .
אנדרעי האט געהאלטן ווארט און ער האט אנגעהויבן צו רעדן מיט די הויפט פארטיזאנער פירער , איבער זיין פריינט דער דייטשער שיפס קאפיטאן , וועלכער איז געווען ארעסטירט דורך די נאציס און ער האט באוויזן איבער צו לעבן און איז באפרייט געווארן דור די קאנאדישע זעלנער .
וויבאלד די אידן האבן געהערט אז דא רעדט זיך פון א פראפעסיאנאלנער קאפיטאן האבן זיי באלד געמאלדן פאר אנדרעי , אז ער זאל אריבער ברענגען דעם קאפיטאן צו זיי פאר א באלדיגע אינטערוויו .
אנדרעי האט נישט געהאט די מינדעסטע אנונג , פארוואס די פארטיזאנער זענען געווארן אזוי איבער גענומען ווען זיי האבן געהערט , אז ער קען זיך מיט א דייטשער שיפס קאפיטאן און ער האט דאס ערשטע זיך געזארגט , אויב זיי ווילן אים נישט מעגליך שעדיגן און נקמה נעמען אין אים , ווייל ער איז א ריכטיגער דייטשער , אזוי ווי זיי האבן זיך נוקם געווען מיט אנדערע דייטשע קאלאבאראנטן נאך די מלחמה .
אבער די פאטריזאנער האבן אים פארזיכערט , אז אויב איז ריכטיג וואס ער זאגט , אז קאפיטאן קלעבע איז נישט קיין געוועזענער נאצי אדער נאצי סימפאטיקער , וועלן זיי אים גענצליך נישט באדערן און נאכמער , קען זיין אז זיי האבן פאר אים א גאר גוטע געלעגנהייט און ארבייטס פארשלאג , פון וואס ער און זיי וועלן קענען בענעפיטירן .
דעם אנדערן טאג האט אנדרעי זיך געטראפן נאכאמאל מיט קאפיטאן קלעבע און ער האט אים דערציילט , אז זיינע אידישע קאלעגעס זענען אינטערעסירט זיך צו טרעפן מיט אים און דער קאפיטאן האט גלייך אנערקענט , אז ער האט נישט וואס צו דערלייגן , ווייל ליבערשט ווי זיך דרייען עלענד און היימלאז אויף די אנטווערפענער
גאסן , וועט ער ליבערשט פרובירן זיין מזל מיט אידישע פארטיזאנער און זעהן וואס זיי קענען אים אפערירן .
יענעם מיטאג איז שוין קאפיטאן קלעבע געזעצן אין די אפיס פון די אנשטאלט צוזאמען מיט נאך פינעף אידן פון די פארטיזאנער באוועגונג און זיי האבן אים גרינטליך אויסגעפרעגט איבער זיין פאזיציע אלס קאפיטאן און ווי ער איז אלס געווען מיט זיינע שיפן און נאך א לענגערע אויספארשונג האבן זיי טאקע אנערקענט , אז קאפיטאן קלעבע איז הונדערט פראצענט געווען א בלויזער ציווילער ארבייטער , וועם די דייטשע מיליטער האט אויך פרובירט אויסצונוצן פאר זייערע מיליטערישע פראכט ליפערונגען , אבער ער זעלבסט האט זיכער געארבייט בלויז פאר די ציווילע פראכט שיף קאמפאני און דערפאר האבן זיי אנערקענט , אז ער איז קלאר נישט קיין נאצי אדער סימפאטיקער און ער איז בלויז געווען א געטרייער ארבייטער .
נאך די אלע אויספארשונגען האט מען איבער געלאזט דעם קאפיטאן אליינס אין א צימער און דערווייל זענען די פארטיזאנער פירער ארויס צו פארהאנדלען צווישן זיך און איבער שמוסן גענוי זייערע פלענער .
די פארטיזאנער קעמפער אין אנטווערפן זענען געווען אין פארבינדונג מיט ציוניסטישע ארגאניזאציעס , וועלכע האבן ארגאניזירט טראנספארטן פון אייראפע קיין ארץ ישראל , וואס איז דעמאלט געווען באקאנט אלס פאלעסטינע , אונטער די הערשאפט פון די בריטישע מיליטער .
די בריטישע הערשאפט אין פאלעסטינע האט ארויס געצייגט גאר שטארקע סימפאטיע צו די אראבישע באפעלקערונג און ווען די צרות האבן זיך אנגעהויבן אין אייראפע און די ציוניסטישע ארגאניזאציעס האבן געארבייט און מאנעוורירט , אז אידן זאלן ארויף קומען אין די מאסן פון אייראפע קיין ארץ ישראל און אנהויבן אויספירן דעם ציוניסטישן געדאנק פון איבער נעמען די קאנטראל איבערן לאנד , האט די בריטישע הערשאפט אנגעהויבן פאמעליך צו פארבאטן די אימיגראציע פון אידן קיין פאלעסטינע .
אין , 1939 האבן די בריטישע ארויס
172 SHOPPERS ROUTE October 1 , 2024