געגעבן אן אזוי גערופענעם ו ו י י ס ע ר פאפיר , וואס דארט איז דערקלערט געווארן , אז אן אראבישע שטאט וועט צושטאנד קומען אין פאלעסטינע ביז צעהן יאר און דערווייל וועלן בלויז אריין געלאזט ווערן קיין פאלעסטינע ביז די סומע פון פינעף און זיבעציג ט ו י ז נ ט אידן פאר די קומענדיגע פינעף יאר .
די דאזיגע דעקלעראציע האט אויך געמאלדן , אז נאך די סכום פון די מאקסימום ביז פינעף און זיבעציג טויזנט אידן , וואס וועלן ערלויבט ווערן אריין צו קומען קיין פאלעסטינע דורכאויס די פינעף יאר , וועט געשטעלט ווערן א עמטליכער פארבאט פאר ווייטערע אידישע אימיגראציע .
וויבאלד די מלחמה האט זיך געענדיגט און מאסן אידן האבן פארלוירן זייערע היימען און האבן געזוכט ווי צו עמיגרירן , האבן די ציוניסטישע ארגאניזאציעס געארבייט גאר שטארק , אז אלע אידן זאלן ארויף קומען קיין פאלעסטינע . אבער די בריטישע הערשאפט האט ארויף געלייגט דערויף גאר א שטארקן פארבאט .
ס ' איז געווען אזוי שטארק , אז אין
1946 האבן די ציוניסטישע ארגאניזאציעס געלייגט גרויס דרוק אויף די אמעריקאנער גאווערמענט צו אינטערווענירן פאר די אידישע פליטים אין אייראפע און ערלעדיגן מיט גרויס בריטאניע , אז זיי זאלן ערלויבן אידן צו אימיגרירן קיין פאלעסטינע .
קאפי פון בריטישער ווייסער פאפיר איבער פאלעסטינע
ד ע ר דעמאלסדיגער אמעריקאנער פרעזידענט טרומאן , האט זיך טאקע פערזענליך געבעטן ביי די בריטישע אויטאריטעטן , אז זיי זאלן גלייך ערלויבן פאר הונדערט טויזנט אידן , פליטים פון די מלחמה , צו קענען אריין קומען קיין פאלעסטינע .
ד ע ר בריטישער א ו י ס ע ר ן מיניסטער , ערנעסט עווינס , האט דעמאלט סארקאסטיש צוריק געענטפערט , אז טרומאן וויל , אז די אידן זאלן קענען אנקומען קיין פאלעסטינע , ווייל ער וויל זיי נישט האבן אין ניו יארק ....
אונטער די דאזיגע אומשטענדן האבן די ציוניסטישע ארגאניזאציעס אנגעהויבן צו ארגאניזירן אומלעגאלע אימיגראציעס פון אייראפע קיין פאלעסטינע און צו קענען אויספירן די דאזיגע מיסיע , האבן זיי זיך גענויטיגט אין שיפן , ווייל די רוטינע שיפינג ליינס זענען נישט געווען גרייט צו האבן פראבלעמען מיט די בריטיש אוטאריטעטן אין פאלעסטינע .
צוליב דעם האבן די ציוניסטן אפגעקויפט געוויסע אלטע שיפן און אנגעהויבן מיט א געהיימע מיסיע אריין צו שווערצן אידן אומלעגאל קיין פאלעסטינע דורך לאנדן שטילערהייט אויף ברעגעס וועלכע זענען נישט געווען קיין נארמאלע פארטן , אדער דורך אפשטעלן די שיפן אינמיטן ים נאנט צו די ברעגעס פון פאלעסטינע און דערנאך צו פארן צו די גרויסע שיף מיט קליינע שיפלעך אין די פינסטערניש פון די נאכט און אראפ נעמען פון דארט פאסאזשירן אין קלענערע
October 1 , 2024 SHOPPERS ROUTE 171