גרופעס און זיי צו ברענגען צו די ברעגעס פון פאלעסטינע .
געוויסע פון די שיפן זענען פארכאפט געווארן דורך די בריטישע נעיווי און זיי זענען געצווינגען געווארן אוועק צו פירן די פאסאזשירן קיין ציפערין , ווי די בריטישע מיליטער האט אויפגעשטעלט א ספעציעלע לאגער צו פארהאלטן צענדליגער טויזנטער אידן און זיי פארבאטן פון אנקומען קיין פאלעסטינע .
אנדערע שיפן פון אומלעגאלע אימיגראנטן זענען געצווינגען געווארן צו אנקערן אין חיפה אונטער די וואך פון די בריטישע מיליטער און די פאסאזשירן זענען פארטריבן געווארן צו ריזיגע קעמפ , באקאנט אלס " מחנה עטלית ", וואס די מיליטער פון גרויס בריטאניע האט אויפגעשטעלט בערך
12 מייל אוועק פון חיפה צו האלטן דארט אדמיניסטראטיווע ארעסטאנטן . אידן און להבדיל אראבער .
די אינטערעסאנטע פאקט איז געווען , אז די אראבער וועלכע זענען דארט פארשיקט געווארן זענען געווען אמייסטענס פון די וועלכע האבן עפענטליך גערימט און געשטיצט די נאציס און זייערע
בארבארישע אקטן און דערפאר זענען זיי דערקלערט געווארן אלס געפארפולע פיינט פון די בריטישע אויטאריטעטן וועלכע זענען געווען אין קאמף מיט די נאציס .
די דאזיגע לאגער איז געווען ארום גענומען מיט עלעקטרישע דראנטן און הויכע וואך טורעמס , פון ווי די " ארעסטאנטן " זענען באוואכט געווארן , אז זיי זאלן נישט אנטלויפן און זיך אויסמישן צווישן די באפעלקערונג .
ס ' איז אבער באקאנט אין די היסטאריע פון יענע צייטן , אז די ציוניסטישע ארגאניזאציעס האבן באוויזן פון , 1945 ביז , 1948 ווען די ציוניסטישע מדינה איז ליידער צושטאנד געקומען , אריין צו שווערצן 69878 אידן מיט פינעף און זעכציג אומלעגאלע שיף רייזעס פון אייראפע קיין פאלעסטינע .
צוליב דעם האט זיך אויסגעפעלט גענוג מאטראזן און קאפיטאנען וועלכע זאלן זיין גרייט צו פירן די שיפן וואס די ציוניסטן האבן איינגעהאנדלט און אזוי ווי די פארטיזאנער אין אנטווערפן האבן זיך דערוויסט פון דעם דאזיגן דייטשן שיפס קאפיטאן , האבן זיי אים אפערירט צו זיין דער קאפיטאן פון איינע פון די שיפן .
די געצעלטן אין די בריטישע קעמפ אין סייפרוס
170 SHOPPERS ROUTE October 1 , 2024