טראץ דעם וואס קאפיטאן קלעבע האט דא באקומען א געלעגנהייט , צוריק צו ווערן א שיפס קאפיטאן , האט ער זיך דערשראקן פון דעם געדאנק , ווייל ער האט מורא געהאט , אז די בריטישע נעיווי וועט אים כאפן און זיי וועלן אים מאכן פראבלעמען און מיט זיין דייטשער אפשטאם , איז ער מעגליך אויסצושטיין גרעסערע פראבלעמען ווי אנדערע .
די פארטיזאנער האבן אבער נישט נאכגעלאזט און זיי זענען געגאנגען אזוי ווייט , אז זיי האבן אים גאר געסטראשעט און שאנטאזשירט , אז זיי האבן געהיימע אינפארמאציע , אז ער האט יא געארבייט געטריי פאר די נאציס און ער האט זיך בלויז אפגעלאזט דערפון צוליב זיין שרעק פון די מלחמה צושטאנד אויפן ים און קלעבע האט אנגעהויבן צו אנערקענען , אז ער קען זיך נישט ארויס דרייען פון זייערע הענט און ער האט געמוזט אנהויבן צו קאאפערירן מיט די פארטיזאנער , וועלכע זענען באקאנט געווען אלס גאר געפארפולע עלעמענטן .
וויבאלד ער האט צוגעשטימט צו אנהויבן ארבייטן מיט זיי , האט ער אויך
נישט פארגעסן פון אנדרעי און ער האט דערקלערט , אז אנדרעי איז א ערפארענער מאטראז און געהילף , וועלכער האט באקומען פון אים פערזענליכע מושטירונג ווי אזוי צו באהאנדלען טראנספארט שיפן און דערפאר וויל ער אויך האבן אנדרעי מיט אים .
די פארטיזאנער האבן צוגעשטימט דערצו און ביז עטליכע מאנאטן האבן זיי אריבער געפירט אנדרעי צוזאמען מיט קאפיטאן קלעבע קיין איטאליע און זיי איבער געגעבן צו די ציוניסטישע אגענטורן , וועלכע האבן פארפיגט מיט די אומלעגאלע ווי זיי האבן געדארפט צוזאמען ארויס פירן א שיף אנגעפולט מיט אידן פון איטאליע קיין פאלעסטינע .
קאפיטאן קלעבע האט באוויזן צו פירן עטליכע שיפן פון אייראפע קיין פאלעסטינע צוזאמען מיט אנדרעי און ער האט עטליכע מאל באוויזן צו מאכן א שטילע און שנעלע לאנדונג אויף די ברעגעס פון די שטאט נהריה אינמיטן די נאכט און אויסגעמיטן די בריטישע נעיווי און איינמאל האט ער גאר געלאנדעט ביי די ברעגעס פון עזה און די
מחנה עטלית ארום גענומען מיט שטעכעדיגע דראנטן און וואך טורעמס , היינט אלס מוזעאום
October 1 , 2024 SHOPPERS ROUTE 169