10 1 24 | Page 168

פאסאזשירן זענען גאר גיך אראפ פון שיף .
קאפיטאן קלעבע איז געווען אנדערש ווי אנדערע קאפיטאנען און ער האט שטודירט גענוי די בריטישע נעיווי מאכט אין פאלעסטינע און ער האט געוויסט גענוי , אז די בריטישע נעיווי פארמאגט בלויז אכט נעיווי פאטראל שיפן און די וואסערן נעבן פאלעסטינע און ער האט גענוצט ספעציעלע שפאקטיוון , צו קוקן פון גאר ווייט ווי די שיפן געפונען זיך און אזוי צו פארמיידן א קאנפראנטאציע מיט זיי און דאס איז אים געלונגען עטליכע מאל און אזוי איז ער געווען זייער שטארק אנערקענט ביי די ציוניסטישע אגענטורן וועלכע האבן אנגעפירט מיט די אומלעגאלע רייזעס .
איין טאג אין 1945 האבן די בריטישע נעיווי אנערקענט , אז מ ' האט זיי שוין אויסגעשפילט עטליכע מאל און מאסן אידן האבן זיך באוויזן אריין צו כאפן קיין פאלעסטינע אומלעגאל און זיי האבן דערפאר פארלאנגט , אז די בריטישע נעיווי זאל זיי שיקן נאך מיליטערישע שיפן צו קענען באוואכן די ברעגעס פון פאלעסטינע און קאפיטאן קלעבע האט נישט געוויסט
דערפון און אזוי איז ער געווען דאס מאל זייער נישט מזל ' דיג און זיין שיף איז אפגעשטעלט געווארן דורך א בריטישער נעיווי שיף און איז אריין באגלייט געווארן מיט מיליטערישע וואך ביז די אפיציעלע פארט אין חיפה .
דארט האבן די בריטישע אויטאריטעטן באשלאסן צו אפשיקן די שיף אנשטאט קיין ציפערין , צו די מאואוריטיוס אינזל , וואס דארט איז געווען א בריטישע קאלאניע , אויפן אינדיען ים .
די דאזיגע קעמפ איז געווען איינע פון די ערטער ווי די בריטישע נעיווי האט אפגעשיקט די אומלעגאלע אימיגראנטן און זיי זענען דארט געהאלטן געווארן אונטער א שטרענגע קאנטראל , ביז די לאקאלע באאמטע האבן אנגעהויבן נאכצולאזן מיט די שטרענגע פארשריפטן און זיי האבן געגעבן געוויסע רעכטן פאר די איינגעשפארטע אידן .
מ ' האט זיי אנגעהויבן צו ערלויבן צו טאן געוויסע ארבייט און פארדינען געלט און אויך צו עפענען א שוהל מיט אלע אידישע געברויכן צו קענען דארט דאווענען
שוהל מיט מנין אין די מאואוריטיוס לאגער אונטער בריטישע קאנטראל
168 SHOPPERS ROUTE October 1 , 2024