10 1 24 | Page 167

אבער ליידער איז געווען גאר א קליינע צאל פון די צעקלאפטע אידן , וועלכע האבן מיט געהאלטן מיט דארטיגע מנין און זיך געהאלטן צו די אידישע הלכות און מנהגים
נאכדעם וואס קאפיטאן קלעבע איז אנגעקומען דארט מיט די אידן , איז זיין שיף קאנפיסקירט געווארן , דורך די בריטישע אויטאריטעטן . אבער ער מיט אנדרעי זענען באהאנדלט געווארן בעסער ווי די אידן און מ ' האט זיי אויפגעהאלטן בלויז עטליכע מאנאטן דארט אין בריטישע מיליטערישע טורמע , ביז די בריטישע אויטאריטעטן האבן זיך דערוויסט פון די רייכע שיפס קאפיטאן רעקארד פון קאפיטאן קלעבע און זיי האבן באשלאסן צו טראנספארטירן קלעבע מיט זיין קאלעגע אנדרעי קיין ענגלאנד .
זיי זענען ביידע אנגעקומען קיין סאוט העמפטאן אין ענדע , 1946 ווי מ ' האט זיי אויפגענומען ביי די בריטישע קאנארד ליין שיפינג קאמפאני , וועלכע האבן זיך גענויטיגט אין ציווילע קאפיטאנען און שיפס מאטראזן מיט ערפארענהייט .
קאפיטאן קלעבע צוזאמען מיט אנדרעי האבן אנגעהויבן צו באקומען די אויפגאבעס צו פירן טראנספארט שיפן אריבער דעם בריטישן קאנאל קיין פראנקרייך און צו אנדערע אייראפעאישע לענדער , וועלכע זענען שוין געווען באפרייט פון די נאציס און ארויס העלפן מיט טראנספארט פון בריטישע זעלנער , צוריק קיין ענגלאנד .
די בריטישע נעיווי האט זיך געמוזט באנוצן אויך מיט ציווילע טראנספארט שיפן אהיים צו ברענגען זייערע זעלנער נאכדעם וואס די מלחמה איז פארענדיגט געווארן און קאפיטאן קלעבע איז געווען איינער פון די קאפיטאנען וועלכע האבן אנגעפירט מיט די טראנספארטן מיט שיפן וואס די בריטישע קאנארד ליין האט אים צוגעשטעלט און איבעראל ווי ער איז געפארן האט ער געהאט מיט זיך זיין געהילף אנדרעי .
נאך עטליע מאנאטן פון זיין אויפן ים און געניסן פון פולע בריטישע בירגערשאפט האט קאפיטאן קלעבע זייער שטארק געוואלט אנקומען קיין דייטשלאנד און זעהן וואס און ווער ס ' איז פארבליבן פון זיין פאמיליע .
קאנארד ליין האט זיך צוגעשטעלט צו אים און ער האט באקומען א מיסיע , צו פירן א פראכט שיף פון סאוט העמפטאן קיין האמבורג , דייטשלאנד און ער האט געהאט די פולע ערלויבערניש זיך אויפצוהאלטן דארט פאר איין מאנאט צייט צו קענען זיך פאראייניגן מיט זיין פאמיליע און די קאנארד ליין באאמטע האבן אים פארזיכערט , אז אויב ער וועט וועלן אריבער ברענגען זיין פאמיליע קיין ענגלאנד וועלן זיי אים ארויס העלפן מיט אלע נויטיגע אימיגראציע געברויכן , אז די גאנצע קלעבע פאמיליע זאל זיך קענען לעגאל באזעצן אין ענגלאנד .
אנדרעי דערציילט ווי אזוי קאפיטאן קלעבע איז געווען זייער גוט אויפגעלייגט און ער האט אים געזעהן מיט זעלטענע עמאציאנאלע געפילן ווען זיי זענען געפארן אויף זייער רייזע פון סאוט העמפטאן קיין האמבורג , מערץ 1947 און קלעבע איז געווען די גאנצע וועג פארנומען צו רעדן איבער זיין פאמיליע וואס ער גייט טרעפן אין דייטשלאנד .
דאס האט דערוועקט אין אנדרעי א געוויסע נאסטאלגיע , זיך אויך צו פאראייניגן און טרעפן זיין אייגענעם טאטן , וואס קען מעגליך זיין דער איינציגער פון זיין פאמליע וועלכער איז פארבליבן און אזוי האט ער געמיטליך געשמועסט מיט קאפיטאן קלעבע און זיך אויסגערעדט זיין הארץ צו אים , אז ער קען ניטאמאל זיין אייגענעם מאמע , וועלכע האט זיך אפגעשיידט פון זיין טאטע , ווען ער איז געווען גאר יונג און זינט דעמאלט האט ער איר מער קיינמאל נישט געזעהן . ער האט אויך איבער דערציילט ווי אזוי ער האט פארלוירן זיין זיידע און באבע , ביי איינע פון די אליאירטע באמבארדירונגען אין דאנציג און ווי אזוי זיין טאטע איז פארבליבן דערווייטערט פון אים און ווען ער האט אנגעהויבן צו שיקן עטוואס געשאנקען פאר אים זענען זיי געווארן ווייטער אפגעטיילט צוליב די מלחמה .
אנדרעי איז אלזא געווארן אנגערייצט פון קאפיטאן קלעבע , אויך צו קענען געפונען זיין טאטע און געוואויר ווערן אויב ער האט איבער געלעבט די מלחמה .
ער האט אבער זייער גוט געוויסט , אז פוילן איז היינט אונטער די קאמוניסטישע
October 1 , 2024 SHOPPERS ROUTE 167