קאנטראל און ער האט נישט קיין אינטערעס צו אנקומען קיין פוילן און דארט פארבלייבן אונטער די קאמוניסטן און אזוי אויך איז נישט געווען מעגליך צו געוואיר ווערן אינפארמאציע איבער ווער ס ' האט איבער געלעבט און לעבט איצט ווייטער אונטער דעם אייזערנעם פארהאנג פון די קאמוניסטישע קאנטראל .
קאפיטאן קלעבע האט אים אבער יא געמוטיגט , אז ער זאל נישט בלייבן עלענד אויף דער וועלט און אנווענדן אלסדינג וואס איז נאר מעגליך צו געפונען זיין טאטע , וועלכער איז פאקטיש דער איינציגסטער מענטש פון זיין פאמיליע וואס איז מעגליך געבליבן אויף דער וועלט און דאס איז גאר א טייערע אוצר פאר אים .
אזוי האבן זיי פארברענגט די רייזע פון סאוט העמפטאן קיין האמבורג מיט לאנגע עמאציאנאלע שמוסן פון זייערע פערזענליכע לעבנס פארגאנגענהייט און אויך פלאנירט חלומות איבער זייער צוקונפט .
דעם ערשטן אפריל האבן זיי געאנקערט אין האמבורג און קאפיטאן קלעבע האט אפערירט פאר זיין געטרייע קאלעגע אנדרעי צו מיט קומען צוזאמען מיט אים און פארוויילן די מאנאט אין דייטשלאנד , ביז ער וועט זיך פאראייניגן מיט זיין פאמיליע און ער וועט זיי פארשטעלן דעם מאן וועלכער איז געווען צוזאמען מיט אים דורכאויס די אלע שווערע צייטן .
אנדרעי איז ארום געפארן מיט קאפיטאן קלעבע אין פארשידענע דייטשע שטעט , ווי ער האט פרובירט צו אפיר זוכן זיין פאמיליע , ביז ער האט זיך דערוויסט , אז דאס לעצטע מאל זענען זיי געווען אין די שטאט ברעמען ווי זיי האבן זיך אויפגעהאלטן ביי זייערע פאמיליע באקאנטע און ווען קאפיטאן קלעבע איז אנגעקומען קיין ברעמען צוזאמען מיט אנדרעי , האט ער זיך דערוויסט , אז זיין גאנצע פאמיליע אהן קיין אויסנאם איז אומגעקומען ביי מאסיווע אליאירטע באמבארדירונגען אויף די שטאט , ווי די אליאירטע עראפלאנען האבן אראפ געווארפן הונדערטע באמבעס אויף די שטאט .
קאפיטאן קלעבע האט נאך באוויזן צו
טרעפן דארט אן אלטע מומע , וועלעכע האט איבער געלעבט די מלחמה און זי האט באוויזן צו דערציילן גענוי די געשיכטע , אז אין די נאכט פון אפריל 18 צו אפריל
, 19 האבן די בריטישע מיליטער אנגעפירט מיט א מאסיווע באמבארדירונגען אויף די שטאט ברעמען .
לויט די מיליטערישע היסטארישע רעקארדס האבן 274 עראפלאנען פון די ראיעל עיר פארס אראפ געווארפן און בלויז פינעף און דרייסיג מינוט 1120 טאן מיט באמבעס איבער די שטאט און 8284 געביידעס אין שטאט זענען טאטאל פארניכטעט געווארן .
דערנאך איז נאכגעקומען ביי ענדע אפריל א פרישע באראדזש פון מעכטיגע אטאקעס פון קאנאנען און טאנקען שיסער , וואס איז אנגעפירט געווארן דורך די דריטע בריטישע אינפאטרי דיוויזיע , אונטער די קאמאנד פון גענעראל לעשמער וויסטלער . וועלכער האט ארויס געגעבן א באפעל צו אטאקירן די שטאט ברעמען אהן קיין רחמנות , ביז ס ' וועט זיכער זיין אז דער לעצטער דייטשער קעמפער איז טויט אדער ער האט זיך אונער געגעבן צו די בריטישע ארמיי .
ביי אט די דאזיגע באמבארדירונג איז די גאנצע קלעבע פאמיליע אומגעקומען , צווישן זיי אויך די מאמע און שוועסטער פון קאפיטאן קלעבע , צוזאמען מיט זיין ווייב און צוויי קינדער און בלויז די איינציגע מומע איז פארבליבן לעבן און זיך דערפרייט צו זעהן איר פלימעניק קאפיטאן קלעבע , וועלכער איז געווען געקליידעט מיט די אריסטאקראטישע קליידונג פון א בריטישער קאפיטאן .
וויבאלד קלעבע האט געהערט די דאזיגע נישט גוט נייעס , האט ער גלייך אראפ געריסן פון זיך די בריטישע קליידונג און זיין אלטע דייטשע האס האט זיך דערוועקט אין אים , מיט די פולע אויפברויז אויף די בריטישע און ער האט גלייך געזאגט , פאר אנדרעי , אז ער קען נישט צוריק גיין צו זיין אמט ביי די קאנארד ליין און דאס איז אויך נישט מער קיין פארברעכן פאר אים , אז ער וויל נישט מער ארבייטן פאר זיי און ער וועט אויסנוצן זיינע רעכטן , אלס דייטשער אפשטאמיגער צו בלייבן וואוינען אין דייטשלאנד צוזאמען
166 SHOPPERS ROUTE October 1 , 2024