מיט זיינע אנדערע דייטשע לאנדס לייט און ער קען מער נישט אנקוקן די בריטישע און גארנישט וואס האט צו טאן מיט זיי .
קאפיטאן קלעבע איז פארבליבן אין ברעמען אויפגעברויזט און שעדליך צערודערט און אנדרעי האט אנערקענט , אז ער קען מער נישט בלייבן מיט אים . ווייל ער האט נישט געוואלט בלייבן אין דייטשלאנד און ער האט דערפאר באשלאסן זיך צו געזעגענען מיט קאפיטאן קלעבע און אים באדאנקען פאר אלסדינג וואס ער האט געטאן צו אים די גאנצע צייט .
די געזעגענונג איז צוגעגאנגען גאנץ פיין און לייכט און קאפיטאן קלעבע האט טאקע גארנישט געהאט קעגן אנדרעי און טראץ דעם וואס ער איז איצט געווען אזוי אויפגעברויזט און צערודערט , האט ער זיך געזעגענט פון אים זייער שיין און עמאציאנאל .
ס ' איז אבער געקומען צו א דראמאטישע פונקט , ווען אנדרעי האט געבעטן פון קאפיטאן קלעבע , אז ער וויל אפשרייבן זיין אדרעס , ווי ער גייט זיך אויפהאלטן איצט , וואס איז געווען די הויז פון זיין טאטע און ער האט אים דערביי אנטפלעקט , ווי שטארק ער איז אנגעווייטאגט , ווען ער האט דערזעהן , ווי די נאציס ארעסטירן אים אויף די גאסן פון דזשענט און אז ער איז צוריק צום האטעל יענעם פינסטערן נאכט , נאכדעם וואס ער האט אנערקענט , אז קלעבע איז ארעסטירט געווארן און ער האט ארויס גענומען פון דארט די רענצל מיט געלט , אז ס ' זאל נישט אריין פאלן אין די הענט פון די נאציס .
אזוי האט אנדרעי פרובירט איינצורעדן פאר קלעבע . אבער דער אנגעווייטאגטער קלעבע , האט גלייך אנגעהויבן צו שרייען און פארפירן , פרעגענדיג . ווי איז דאס געלט ....? וואס האסטו געטאן דערמיט ?
אנדרעי האט ווייטער איינגערעדט פאר קלעבע , אז ער האט געהאט אין פלאן צו היטן אויף דאס געלט , ביז זיי וועלן זיך מעגליך נאכאמאל טרעפן . אבער די גאנצע סומע איז צוגענומען געווארן פון אים מיט געוואלד , דורך די אידישע פארטיזאנער , וועלכע האבן געטענה ' ט , אז זיי דארפן מיט די געלט ראטעווען אידישע קינדער און זיי
אויסבאהאלטן פון די נאציס אין בעלגיע .
קלעבע איז שוין געווען גענוג אנגעווייטאג און צערודערט און ער איז געווארן זייער בייז און אויפגעברויזט אויף אנדרעי , פארוואס ער האט אים נישט דערציילט ביז איצט די גאנצע געשיכטע ווי אזוי די אידישע פארטיזאנער האבן צוגענומען זיין געלט און ער האט געשימפט אויף אנדרעי , אז אויב ער וואלט געוויסט פריער פון די גניבה , וואלט ער קיינמאל נישט קאאפערירט מיט די אידישע פארטיזאנער ביז זיי מאכן נישט זיכער , אז זיין געלט קומט צוריק .
אנדרעי האט זיך פרובירט צו פארענטפערן און זיך איבער בעטן מיט קלעבע , און אים צוגעזאגט , אז ער וועט ארבייטן און אפשיקן צוביסלעך די גאנע סומע געלט פאר אים . אבער קלעבע איז געווען גענצליך אויפגעשטורעמט און צערודערט און די דייטשע רשעות ' דיגע פינק האט זיך דערוועקט אין דעם ביז איצט רואיגער קאפיטאן קלעבע און ער האט אנגעהויבן צו רעדן גאר א געמינע שפראך און סטראשענען אנדרעי , אז ער גייט זיך נוקם זיין אין אים פאר די אויסערגעווענליכע שענדליכע פאראט און אנדרעי האט נישט געהאט קיין ברירה און געמוזט אנטלויפן פון דארט און בעטן שוץ פון די בריטישע מיליטערישע פאליציי וועלכע זענען נאך געווען אקטיוו אין האלטן די ארדענונג אין שטאט .
די געזעגענונג צווישן אנדרעי און קלעבע האט זיך נישט גוט געענדיגט און אנדרעי האט געמוזט טרעפן א וועג צוריק אנצוקומען קיין האמבורג , ווי ער האט זיך געמאלדן אין די אפיס פון קאנארד ליין , אז ער איז צוריק צו די ארבייט און גלייכציטיג האט ער זיי אויך געמאלדן , אז קאפיטאן קלעבע איז פארבליבן אין ברעמען און ער וויל מער נישט צוריק קומען צו זיין ארבייט , ביי קאנארד ליין .
צו זיין מזל האט אים קאנארד ליין שוין אנערקענט , אלס רעגיסטרירטער מאטראז און זיי האבן אים צוריק גענומען צו די ארבייט טראץ דעם וואס קאפיטאן קלעבע איז נישט צוריק געקומען צו זיי און פון דעמאלט האט אנדרעי מער נישט געהערט
October 1 , 2024 SHOPPERS ROUTE 165