10 1 24 | Page 164

פון קאפיטאן קלעבע .
אנדרעי איז ארויף געשטעלט געוואר אויף די קומענדיגע שיף וואס איז אפגעשווימען צוריק קיין סאוט העמפטא און אויפן וועג האט ער געהאט גענוג צייט איבער צו טראכטן זיין סיטואציע .
ער האט באדויערט , אז ער האט געענדיגט מיט קלעבע אזוי אנגעווייטאגט און ברוגז ' דיג און ער האט געהאט געוויסע געדאנקען מיט די צייט צוריק צו צאלן דאס געלט פאר אים , צוליב זיין אנערקענונג פאר זיין הילף , וואס ער האט אים צוגעשטעלט אבער ווען ער האט זיך דערמאנט פון ד מערדערישע געשטאלט וואס ער האט דערזעהן פלוצלינג אויפן געזוכט פו קאפיטאן קלעבע האט ער גלייך באשלאסן אז ער וויל נישט האבן גארנישט צו טאן מיט אים און וועט ליבערשט פרובירן צו פארגעס פון אים און ארויס נעמען זיינע פארגאנגענע מעמוארן פון זיינע געדאנקען .
איין זאך האט אבער יא ווייטער געקלינגען אין זיין קאפ , דאס איז געווע די ווערטער וואס ער האט געהערט פו קאפיטאן קלעבע אויף זייער לעצטע רייזע קיין האמבורג , אז ער זאל זיך אריין לייגן מיט אלע זיינע מעגליכקייטן צו קענען געפונע זיין טאטן , וועלכער איז מעגליך פארבליב אין פוילן .
אנדרעי האט זיך נישט געקענט אפשייד פון די דאזיגע געדאנקען און ער האט אנערקענט , אז דאס איז א גערעכטע געדאנק און ער מוז זיך אריין לייגן דערין . אבער ער האט באלד אנערקענט , אז דערווייל וועט דאס נישט קענען געשעהן , ווייל זיי טאטע , אויב ער לעבט איז ער אונטער ד קאמוניסטישע קאנטראל און דערווייל איז נישט מעגליך צו קענען אנקומען צו אים .
אזוי איז אנדרעי אנגעקומען צום פארט אין סאוט העמפטאן , בלויז טראכטנדיג ד גאנצע צייט , ווי איז איצט מיין טאטע און וו אזוי קען איך מיך נאך איינמאל פאראייניג מיט אים .
וועט ער דאס קענען באווייזן ? ליינט אין די קומענדיגע נומער אי " ה פארזעצונג קומט אי " ה

כלל ישראל גרייט זיך צו די הייליגע טעג מיט ספעציעלע פעולות אויסצופעלן א גוט געבענטשע יאר

" מען האלט שוין ביי ראש השנה " א ציטער נעמט ארום די ביינער אז מען שטייט שוין נאכאמאל ביי די הייליגע טעג די " ימי הרחמים והרצון " וואס אצינד איז די צייט זיך אויסצובעטן א זיסע און לעכטיגע יאר , לחיים טובים ארוכים ולשלום .
די הייליגע טעג איז שטארק געבויט אויף די תפלות וואס אונזערע חכמים האבן אונז אוועקגעשטעלט . פילע פיוטים און תפלות קצרות מקובלות פון די קדמונים , אסאך מנהגים טובים וואס מען טוט לסימנא מילתא מעורר צו זיין רחמי שמים אז מיר זאלן זוכה זיין צו א גוט געבענטשטע יאר .
די תפילות ומנהגים טובים אין די ימי הרחמים והרצון זענען אוועקגעשטעלט אויף פילע הויכע ענינים אוועקצונעמען אלע מקטריגים און אראפברענגען פיל שפע אז עס זאל זיין אלעס גוטס פארן אידן , בני חיי ומזוני רויחי . צווישן די זאכן וואס מען איז כסדר פארנומען אין די הייליגע טעג איז דאס אז מען זאל געראטעוועט ווערן פון " עין הרע " וואס ווי באקאנט אז זיין ריין פון עין הרע עפענט אלע השפעות טובות פון בני חיי ומזוני .
אנגעהויבן מיט ערב ראש השנה וואס מען מאכט " התרת נדרים " ע " פ מנהג המקובלים זאגט מען דאן אויך " התרת קללות " וואס קומט פונעם הייליגן חיד " א . מען בעט " הריני מבקש ממעלכתם להתיר לי קללות ונזיפות לבטל עין הרע הן וכיוצא בהם ". דאן ענטפערט די ציבור " מותרים יהיו כל קללות וכו ' וכל מיני גזרות קשות ורעות וכל מיני עין הרע שהושמו עליכם ".
דאן קומט ראש השנה ביינאכט נאך תפלת ערבית . די דערהויבענע מאמענטן וואס עפענט די ארון הקודש און מען זאגט " לדוד מזמור לה ' הארץ ומלואה " מיט פילע התעוררות וואס עס איז מסוגל פאר פרנסה א גאנץ יאר . עס ווערט געברענגט אין די מחזור א ספעציעלע תפלה פון ספר עבודת הקודש להחיד " א וואס מען בעט דעם באשעפער " כתבינו בספר פרנסה
וכלכלה , במלוי ובריוח , בנחת ולא בצער , ולא בעמל וטורח וכו ' בלי שום עין הרע ".
ראש השנה ביינאכט ביי די סעודה צווישן די סימנים טובים עסט מען פיש און מען זאגט " יהי רצון שנרבה ונפרה כדגים " וואו עס איז דא וואס זאגן אז מען זאל זיין אפגעהיטן אזוי פון עין הרע אזוי ווי פיש וואס עס איז נישט שולט קיין עין הרע .
צופרי ביים פתיחת הארון וואס איז א עת רצון פאר קבלת התפלות איז דא די באקאנטע תפלה פונעם רש " ש " שתבטל ברחמיך הרבים כל המקטריגים והמשטינים וכל גזרות קשות , וכו ' ולא ישלוט בנו עין הרע ".
דאן איז די מנהג צו גיין זאגן תשליך ביים וואסער . וואס דער בעל קיצור שלחן ערוך ברענגט אז די ענין איז מעורר צו זיין אז מען זאל ווערן געראטעוועט פון עין הרע אזוי ווי די פיש אין די וואסער וואס עס איז נישט שולט עין הרע אויף זיי .
אזוי איז דא נאך און נאך פעולות ותפלות וואס מען טוט אין די הייליגע טעג קעגן עין הרע , וואס דאס איז שטארק מעורר די מקטריגים און דורכן אראפנעמען די עין הרע עפענט דאס אויף די שערי השפעות טובות פאר א גוט געבענטשטע יאר .
דערפאר איז שטארק געווארן אויפגעכאפט ביי כלל ישראל זיך צו רייניגען די נעמען פון די גאנצע משפחה אין די הייליגע טעג זיכער צו מאכן אז מען נעמט אוועק אלע מכשולות וואס עין הרע קען ברענגען און מען עפענט אויף די טויערן צו קענען מקבל זיין די השפעות טובות פאר א שנה טובה ומתוקה שנת גאולה וישועה .
אין די יעצטיגע ימי הרחמים והרצון האט " עיני ישועה ", א פארגרעסערטע סטעף אייך ארויסצוהעלפן מיט אלע מיטלן צו רייניגן אייערע נעמען פון עין הרע דורך פעולות מקובלות מאבותינו ורבותינו , איר קענט אריינרופן אויף
718.705.5135
164 SHOPPERS ROUTE October 1 , 2024