דער ישוב ’ ניק פארט מיט
דער ישוב ’ ניק ביים אלטן רבי ’ ן
סיפורי צדיקים
צ
ווישן די חסידים פונעם הייליגן בעל התניא זצ ” ל , האט זיך געציילט א איד , וועלכער האט געדינט אלס מלמד ביי א איד אין דארף .
ווען עס איז געקומען חודש אלול , האט זיך דער מלמד שוין אנגעהויבן גרייטן אויף די הייליגע טעג וואס קומען , ער האט געהאט אין פלאן צו פראווען ביי זיין רבי ’ ן . עטליכע טעג פאר ראש השנה האט דער מלמד איינגעמאלדן פאר דעם דארפסמאן אז ער גרייט זיך ארויסצולאזן אין וועג צום רבי ’ ן , צו וויילן דארט אויף די ימים נוראים , און ער וועט זיין צוריק אין דארף נאך די ימים טובים , פארצוזעצן ווייטער מיט די לימודים מיט די קינדער זיינע .
“ וואס הייסט ? איר פארט צו אן אנדערע רבי ?!” האט דער דארפסמאן נישט געקענט פארשטיין . אין זיינע אויגן איז דער מלמד געווען א ‘ רבי ’, ער האט נישט געקענט פארשטיין פארוואס ער דארף פארן צו אן ‘ אנדערע רבי ’...
אויסער דעם האט ער זיך גערעכנט אז דער מלמד וועט זיכער בלייבן ביי זיי אין דארף איבער די הייליגע טעג , ווען פון די ארומיגע דערפער וועט מען זיך צוזאמנעמען און מאכן איין גרויסע מנין אין די פארכטיגע טעג , ער האט געהאפט אז דער מלמד וועט זיין זייער בעל תפילה און בעל תוקע , אזוי וועלן זיי קענען פראווען די הייליגע טעג נישט אנדערש ווי אין די שטעט . און דא וויל פלוצלונג דער ‘ רבי ’ גיין צו אן אנדערע רבי פראווען די ימים נוראים !
דער מלמד האט אים פרובירט צו געבן פארשטיין , אויף ווי ווייט מעגליך ער האט עס געקענט ערקלערן פאר א פשוטן דארפסמאן , אז דער רבי צו וועמען ער גייט אויף די ימים נוראים איז א גרויסער צדיק , צו וועמען פילע אידן קומען צו פארן פון איבעראל כדי זיך אנצושעפן מיט קדושה און יראת שמים פאר די גאנצע יאר .
“ דערפאר ווערט דאך דער הייליגער יום טוב ראש השנה אנגערופן ‘ ראש השנה ’, ווייל ‘ ראש ’ איז א ‘ קאפ ’ - דאס איז דער ‘ קאפ ’ פון דעם יאר און אז דער קאפ איז ווי עס דארף צו זיין , איז דער גאנצער גוף ווי עס דארף צו זיין . און דער רבי , דער צדיק איז אויך א ‘ קאפ ’, ווייל די צדיקים פון אלע דורות ווערן אנגערופן ‘ ראשי אלפי ישראל ’ – די ‘ קעפ ’ פון די טויזנטער אידן . דערפאר גייט מען צו דעם צדיק אויף ראש השנה , ווייל דער ‘ קאפ ’ געבט אריין א חיות , א לעבעדיגקייט , אין אלע אברים , אויף דעם גאנצן יאר . איז ראש השנה די בעסטע צייט אויף דעם !”
דער ישוב ’ ניק פארט מיט
דער דארפסמאן פארטראכט זיך א וויילע , ער פרובירט צו פארדייען די חידושים וואס ער האט דא יעצט געהערט . ס ’ איז נישט קלאר געווען פארן מלמד אויף וויפיל ער האט פארשטאנען , אבער צוגעשאקלט מיטן קאפ האט ער , אלס צושטימונג אז ער האט פארשטאנען .
October 1 , 2024 SHOPPERS ROUTE 163