ביים רבי ’ ן אויף ‘ יחידות ’
“ ווייסט וואס ,” רופט זיך דער דארפסמאן אן צום מלמד , “ אויב אזוי , וויל איך אויך זיין ביים צדיק אויף ראש השנה !”.
“ גוט , וועלן מיר פארן צוזאמען .” האט דער מלמד מסכים געווען . אייגנטליך האט ער זיך געפרייט . דער דארפסמאן וועט אים אזוי פארשפארן צו דארפן גיין צופיס , ווי ער האט געהאט אין פלאן .
דער דארפסמאן האט איינגעשפאנט זיין פערד און וואגן , מיטגענומען שפייז אויפן וועג פאר ביידע , און מ ’ האט זיך ארויסגעלאזט אין וועג אריין צום רבי ’ ן .
ביים רבי ’ ן אויף ‘ יחידות ’
אריינקומענדיג אין בית המדרש פונעם ‘ רבי ’ ן ’, דער הייליגער בעל התניא זי ’’ ע זענען שוין דארט געווען א גרויסע צאל חסידים , וועלכע זענען געקומען צום רבי ’ ן אויף די ימים-נוראים . דער מלמד האט זיך ווארעם באגריסט מיט זיינע גוטע פריינט . אויך דער דארפסמאן האט באקומען ברייטע שלום עליכמ ’ ס פון די חסידים , ער האט זיך אבער געפילט אביסל פרעמד צווישן די פרייליכע און אומבאקאנטע חסידים .
ווען עס איז געקומען די צייט פון ‘’ יחידות ’’ - ווען די חסידים זענען איינציגווייז איינער נאכן אנדערען אריין צום רבי ’ ן אין חדר מיוחד , האט דער דארפסמאן
נישט געוואוסט וואס עס גייט פאר . ער האט נאר געזען , אז אידן גייען אריין און ארויס , האט ער זיך אויך אוועקגעשטעלט אין דער רייע , ביז ער איז אויך אריינגעגאנגען צום רבי ’ ן אין חדר מיוחד .
ער איז געבליבן שטיין שטיל , נישט וויסנדיג וואס צו זאגן , אדער וואס צו בעטן .
דער רבי האט אים באטראכט פאר א וויילע און געזאגט : ‘’ נו ?”, אבער דער דארפסמאן האט געשוויגן . האט דער רבי נאכאמאל געזאגט : “ נו ?”, יעצט איז שוין דער דארפסמאן געווארן אביסל אומגעדולדיג ; “ רבי , וואס מיינט איר מיט ’ ן ‘ נו ?’” האט ער געפרעגט מיט זיין טיפישער דארפישקייט .
דער רבי דער בעל התניא האט דאן גענומען רעדן , אבער פון עפעס אנדערש , ווי כאילו ער זאל ווען נישט האבן געהערט דעם פראגע פונעם דארפסמאן .
“ א איד , מאכט זיך אז ער פאלט דורך אמאל , עס טרעפט , אז ער טוט אזוי און אזוי , און אמאל מאכט זיך , אז ער טוט אזוי און אזוי ”... אזוי האט דער רבי אויסגערעכנט פארשידענע עבירות . דער דארפסמאן האט מיטאמאל אנגעהויבן כאפן אז דער רבי רעכנט דא אויס פארשידענע עבירות וואס ער , דער דארפסמאן , איז צומאל דורכגעפאלן , וועלנדיג צי נישט-וועלנדיג .
דערהערנדיג דאס , האט דער דארפסמאן באשטמט ביי זיך אין מחשבה , אז נישט אנדערש נאר אז דער מלמד האט אויף אים דערציילט די אלע זאכן
162 SHOPPERS ROUTE October 1 , 2024