“ דו מסור און ליגנער !”
פארן רבי ’ ן . דער מלמד , האט דאך געוואוינט דעם יאר ביי אים אין שטוב , ער האט מסתם באמערקט די זאכן און האט וועגן אים דערציילט דעם רבי ’ ן בשעת ער איז פריער אריינגעגאנגען . אנדערש , ווי אזוי דען וואלט דער רבי געוואוסט פון די אלע זאכן אין וועלכע ער איז נכשל געווארן ?!
“ דו מסור און ליגנער !”
דער דארפסמאן האט פארן רבי ’ ן גארנישט געענטפערט און איז ארויס אן אויפגעברויזטער פון צימער . ארויסקומענדיג פון צימער האט ער באגעגנט דעם מלמד שטיין און שמועסן מיט אנדערע חסידים , ער איז באלד צוגעלאפן צו אים און זיך גענומען אים
אנזידלען . ס ’ טייטשט , ער האט דאך אים פאר ’ מסר ’ ט פארן רבי ’ ן !
‘’ נישט גענוג וואס איר זיצט ביי מיר אין שטוב , עסט און שלאפט מיטן גרעסטן כבוד , דערפאר וואס איר לערנט מיט מיינע קינדער , צאלט מען דאס אזוי אפ פאר אלעס וואס איר געניסט פון מיר ?! פון היינט אן זענט איר אויס מלמד ביי מיר , און אויס רבי , איר קענט זיך זוכן אן אנדערע פלאץ ! איך וועל מיר שוין טרעפן אן אנדערע מלמד , נישט קיין מסור !”...
דער מלמד האט נישט געוואוסט וואס דא האט פאסירט , ער האט זיך גענומען פארענטפערן אז ער האט חלילה גארנישט דערציילט פארן רבי ’ ן איבער אים . דער ישוב ’ ניק האט אים אבער נישט געגלייבט .
“ חלילה אז דער מלמד דיינער זאל מיר האבן עפעס דערציילט איבער דיר , אדער דיין הנהגה .” האט אים דער בעל התניא געזאגט , “ א שאד דיין אויפברויז אויף אים , ער האט
דא גארנישט געטון .”
October 1 , 2024 SHOPPERS ROUTE 161