דער רבי גיבט אים א דרך תשובה
זי ’’ ע
“ הייסט עס אז חוץ פון א מסור , זענט איר נאך א פרעכער ליגנער אויך !” האט ער געשטורעמט .
פארן מלמד האט דאס שטארק געבאדערט , נישט נאר וואס ס ’ האט אים פארדראסן אז דער דארפסמאן איז אים חושד אומזיסט , מיינט דאס אויך אז ער בלייבט דא אן קיין פרנסה , און אן קיין שום בארעכטיגטע סיבה .
בלית ברירה , איז דער מלמד צוריק אריין צום רבי ’ ן און אים דערציילט וואס דא האט פאסירט , אז דער דארפסמאן איז אים חושד אז ער האט דערציילט פארן רבי ’ ן זיינע עבירות , און ער וועט אים נישט קענען בארואיגן נאר אויב דער רבי זעלבסט וועט אים זאגן אז ער , דער מלמד , האט אויף אים גארנישט דערציילט .
דער רבי גיבט אים א דרך תשובה
דער רבי האט געזאגט פאר דעם מלמד אז ער זאל צוריק אריינרופן דעם דארפסמאן . נאך אן אויפגעברויזטער איז דער דארפסמאן נאכאמאל געווען ביים רבי ’ ן אין צימער . “ חלילה אז דער מלמד דיינער זאל מיר האבן עפעס דערציילט איבער דיר , אדער דיין הנהגה .” האט אים דער בעל התניא געזאגט , “ א שאד דיין אויפברויז אויף אים , ער האט דא גארנישט געטון .”
“ איז פון וואו ווייסט איר די אלע זאכן וואס איך
האב געטוען ?” האט דער דארפסמאן געפרעגט דעם רבי ’ ן .
“ האב איך דען געזאגט אז דו האסט די אלע זאכן געטון , איך האב דאך נאר געזאגט , אּ ז עס מאכט זיך אמאל אז א איד פאלט דורך אין די אלע זאכן ...”
“ האט אייך טאקע קיינער נישט געזאגט ?!” האט זיך דער דארפסמאן געוואונדערט . מיטאמאל האבן זיך אים אנגעהויבן באווייזן טרערן אין די אויגן . מיט א צובראכן הארץ האט ער זיך גענומען בעטן :
“ געוואלד ! רבי , איך האב דאס טאקע אלעס געטון , און אט איז שוין באלד דער יום-הדין , העלפט מיר , רבי , איך דארף תשובה טון !”
דער בעל התניא האט דעם דארפסמאן געזאגט וואס ער דארף טון כדי צו מתקן זיין די עבירות אין וועלכע ער איז נכשל געווארן , און האט אים פארזיכערט , אז אויב ער וועט טאקע תשובה טון און פאריכטן די באגאנגענע פעלערן וועט אים דער אויבערשטער מוחל זיין און געבן א גוט יאר .
א אויפגעלעבטער און פרייליכער איז דער דארפסמאן ארויס פון רבי ’ ן .
ער האט גלייך איבערגעבעטן דעם מלמד און פון דאן אן איז ער געווארן א פייערדיגער חסיד פונעם אלטן רבי ’ ן , דער הייליגער בעל התניא זצ ” ל , מיט זיין גאנצער נשמה .
זי ’’ ע
160 SHOPPERS ROUTE October 1 , 2024