10 1 24 | Page 173

פארזעצונג פון פריער
דזשוסעף איז אנגעקומען קיין אמסטערדאם , צוזאמען מיט זיין נאצי קאלעגע , וועלכער האט זיך דארט פאראייניגט מיט זיין פאמיליע און דזשוסעף זעלבסט האט זיך געמוזט שיידן פון אים און ער איז אנגעקומען צו א אידישער בלומען סוחר , וועלכער האט אים אריין גענומען אלס ארבייטער און ער האט אים אויך געגעבן אן אפארטמענט העכער די געשעפט ווי דזשוסעף האט געוואוינט אליין און זיך אויסגעמישט צווישן די האלענדישע באפעלקערונג .
אין דער זעלבער צייט איז זיין זון אנדרעי איצט געווען אין בעלגיע , ווי ער איז געקומען אין קאנטאקט מיט די דארטיגע אידישע פארטיזאנער , מיט וועם ער איז געבליבן אין פארבינדונג .
דורכאויס זיין פארוויילונג אין בעלגיע , איז דער קאפיטאן קלעבע , איבער געגעבן געווארן פאר די נאציס דורך א בעלגישער מסור , וועלכער האט אים דערקענט און אוזי איז קאפיטאן קלעבע אפגעזעצן אין א דייטשע מיליטערישע טורמע אין אנטווערפן , ביז די קאנאדיע טרופן זענען אריין געקומען אין זיי האבן באפרייט אלע ארעסטאנטן .
אזוי איז אויך , קאפיטאן קלעבע באפרייט געווארן , ווייל ער האט איבערצייגט , אז ער איז געווען א קאפיטאן אין די ציווילע דינסט פון דייטשע פראכט שיפן און ער איז בלויז ארעסטירט געווארן ווייל די נאציס האבן אים דערקלערט אלס פארברעכער , ווייל ער האט זיך דערשראקן צו פירן ווייטער די פראכט שיף אונטער די מיליטערישע אומשטענדן אויף די וואסערן ארום אייראפע .
קאפיטאן קלעבע האט זיך געדרייט צווישן אנדערע היימלאזע מענטשן אין אנטווערפן , מיט גרויס שאנדע ביז ער האט איין טאג באוויזן צו טרעפן זיין גוטער פריינט אנדרעי אויף די גאסן פון אנטווערפן .
און איצט ליינט ווייטער
ס ' איז געווען א קאלטער דעצעמבער אינדערפרי , ווען אנדרעי איז געווען פארנומען מיט זיין רוטינע ארבייט פון זאמלען געבעקס פון עטליכע בעקערייען אין שטאט און דאס געליפערט צו איינע פון די אנשטאלטן , ווי ס ' איז געווען אויפגעהאלטן א גרויסע צאל אידישע קינדער און אזוי שפאצירענדיג אויף די מערקאטאר גאס נעבן די באן סטאנציע , האט ער פלוצלינג באמערקט דעם געשטאלט פון קאפיטאן קלעבע , אנגעטאן מיט גאר שלעפערישע קליידונג און מיט א פארביטערטן געשטאלט .
קלעבע איז געווען אזוי שטארק פארטראכט און פארביטערט , אז ער האט
גענצליך נישט געקוקט אויף די מענטשן ארום אים און ער האט זיך ארום געדרייט גענצליך דערנידערט איינזאם .
אנדרעי האט אים אבער יא דערקענט און ער האט אים אפגעשטעלט און אנגעהויבן צו רעדן מיט אים עטליכע ווערטער , זיכער צו מאכן , אז דאס איז טאקע דער קאפיטאן און באלד האבן זיי זיך ביידע עמאציאנאל באגריסט מיט גרויס פרייד .
דער קאפיטאן האט אים אנגעהויבן צו דערציילן אלסדינג וואס ער איז פאריבער פון די מינוט וואס דער בעלגישער נאצי קאלאבאראנט האט אים איבער געגעבן פאר די נאציס אין גענט , ביז ער איז אנגעקומען אין טורמע צוזאמען מיט געמיינע פארברעכער אוו דארט אויסגעווארט וואס מ ' וועט ארויס געבן א באפעל פון בערלין איבער זיין שיקזאל און ענדליך זענען די קאנאדישע קעמפער אגעקומען און אים באפרייט .
אנדרעי האט פארשטאנען , אז דער קאפיטאן איז אין אזא פארביטערטע סיטואציע , אז ער האט ניטאמאל נארמאל וואס צו עסן און דערפאר האט ער ארויס געצויגן א גאנצער פרישער ברויט פון די ליפערונג וועגעלע און דאס דערלאנגט פאר ' ן קאפיטאן , וועלכער האט זיך גלייך דערקוויקט דערמיט און אנדרעי האט אים דערציילט , ווי ער איז אין קאנטאקט מיט די אידישע פארטיזאנער , וועלכע האבן אים עמטליך געראטעוועט דורכאויס די מלחמה אונטער די נאצישע אקופאציע און ער איז אויך ווייטער אין קאנטאקט מיט זיי און ארבייט צוזאמען מיט זיי ווייטער .
ער האט פארזיכערט פאר ' ן קאפיטאן , אז ער ער וועט שטענדיג זיין דאנקבאר פאר די העפליכקייט און געטריישאפט וואס ער האט ארויס געצייגט פאר אים נאך אנגעהויבן אין דאנציג ביז זיי זענען צוזאמען אנגעקומען קיין אנטווערפן און דערפאר פארזיכערט ער אים , אז ער וועט רעדן מיט זיינע אידישע קאלעגעס פון די פארטיזאנער גרופע און זעהן ווי אזוי ער וועט אים קענען ווייטער העלפן . ווייל ער וועט נישט קענען ריען וויסענדיג , אז זיין פריינט דער קאפיטאן דרייט זיך ארום ארבייטסלאז און היימלאז און די גאסן פון אנטווערפן און ער איז
October 1 , 2024 SHOPPERS ROUTE 173