10 1 24 | Page 157

צוזאמען האט זיך דארט געציילט גאנצע זעקס אלפים .
קלאר . יעצט צוריק צום לאטערי סטאר .
זייענדיג אין געשעפט בין איך פארנומען געווארן פאר א מינוט מיטן קויפן און אוועקלייגן דעם גליקליכן טיקעט טיף אינעם וועסטל קעשענע , און נישט באמערקענדיג האב איך אזוי אראפגעלייגט מיינע זעקלעך אין דער זייט .
נאך איינצלנע מינוטן האב איך געענדיגט מיט ' ן לאטערי השתדלות . דאן האב איך שנעל א כאפ געטון מיינע בעגס און געפעדערט מיינע טריט צוריק צום קאר אהיימצופארן .
אנקומענדיג צו מיין שטוב אן ערשעפטער האב איך באלד אנגעהויבן אויספאקן די בעגס . איך קוק איבער דעם בעג און דאס אנדערע זעקל , אבער ניין ... איך טרעף נישט דאס געלט ! איך נישטער אהער און אהין , אבער א בראך האט זיך אנטפלעקט פארנט פון מיינע אויגן ; הילד איננו ! אלעס איז דא , אויסער דאס בינטעלע געלט !
הייסט די געלט איז געלעגן אינעם בעג ?
געווענליך וואלט איך דאס געהאלטן טיף אינעם ביזעם ; היות אבער דאס איז געווען גאר א דיקער קאנווערט , צו וואס מיין רעקל איז נישט געווען צוגעוואוינט , האט ער זיך אנטזאגט פון אים ארייננעמען . ס ' האט פשוט נישט געפיט .
האב געוואוסט פונקטליך וויפיל אזייגער עס האט זיך אפגעשפילט , אזוי אז מען האט געקענט גלייך אויפמישן צו די גענויע צייט .
עס הייבט אן שפילן און איך זעה וואו איך קום אריין אין געשעפט מיט מיינע זעק און איך ערלעדיג מיינע וויכטיגע געשעפטן . און אט אנטפלעקט זיך דאס געשטאלט פונעם גנב , אדער בעסער געזאגט " גנב ' טע "... אן אלטע באביטשקע שפאצירט אריין צום געשעפט און ווענדט אירע טריט גלייך צום מיסקאסטן . זי איז שוין , ווי עס שיינט , געווען גוט באקאנט מיט די לאקאציע פונעם מיסטקאסטן , ווייל אירע טריט אהין האבן נישט געוויזן קיין סימנים פון צוויייפלענישן .
אנקומענדיג צו איר דעסטינאציע גראבט זי אריין אירע הענט טיף אין דער קאסטן און ציעט ארויס פון דארט אוועקגעווארפענע לאטערי קארטלעך . פלוצלינג פאלט איר בליק אויף אפאר דערנעבנדיגע בעגס ( מיינע , פארשטייט זיך ) און זי הייבט זיי אן דורכנישטערן אן קיין בושה ! אינמיטן איר שמיצוגע ארבעט אנטדעקט זי דער אוצר פון געלט . א שנעלער בליק רעכטס און לינקס איבערצייגט איר אז די צייט איז רייף , און מיט שנעלע באוועגונגען שלעפט זי ארויס דעם קאנווערט און באהאלט עס שנעל אונטער איר סוועטער . דערנאך שפאצירט זי ארויס פון געשעפט מיט געלאסענע טריט .
האט זי נישט געוואוסט אז
וויי געוואלד , וואס זענען געווען אייער ערשטע שריט ?
אן ערשיטעטער בין איך באלד צוריקגעלאפן צום געשעפט . דארט איז נישט געווען קיין זכר דערפון , בין איך שנעל צוגעגאנגען צום קאשיר-מאן און פארציילט די דברים חמורים וואס עס האט זיך דא אפגעשפילט און אים געבעטן ער זאל מיר צייגן די קאמערא רעקארדירונגען פון די לעצטע פאר שעה . דער יעניגער האט געצויגן מיט די אקסלען , זאגנדיג אז ער האט נישט קיין צוטריט דערצו . אזויפיל האט ער זיך אבער יא אנגעטראגן אז ער קען רופן די באָ‏ ס און אים בעטן .
נאך א קורצע טעלעפאן רוף מיט ' ן בעה " ב האט ער געוואנדן זיינע טריט צום קאמערא בשעת איך בין זיכער אז אט אט וועט אלץ אויסגעקלארט ווערט און איך וועל זיך ווידער באגעגענען מיט ' ן בייטל געלט . איך
October 1 , 2024 SHOPPERS ROUTE 157