עס זענען דא אויגעלעך ?
אדער האט זי נישט געוואוסט , אדער איז עס איר נישט אנגעגאנגען . זי האט בכלל נישט ארויפגעקוקט צו זען אויב עס זענען פארהאן אויגעלעך . זי האט זיך נאר ארומגעקוקט צו זען צו עס פאלגן איר נאך מענטשליכע אויגן .
נו , וואס טוט מען יעצט מיט די אנטפלעקטע אינפארמאציע ?
וואס הייסט וואס ? מען רופט אן חברה שומרים און די פאליציי ! זיי זענען גלייך אראפגעקומען צום סצענע און געזעצן מיט מיר פאר צוויי גאנצע שעה — פון זיבן אזייגער ביז ניין אזייגער .
וואס קען מען שוין
טון אזוי לאנג ?
צוויי שעה הייסט דען לאנג ? איך האב פארלוירן זעקס טויזנט דאלער ! זיי האבן געוואלט זאמלען דאס מערסטע אינפארמאציע וואס ס ' שייך ; וועלכע סארט באנקנאטן , וועלכע מיני טשעקס , און אזוי ווייטער .
גערעכט , גערעכט ... און וואס איז יעצט ?
איך האב געטון דאס מייניגע און איך בין ווייטער אנגעגאנגען מיט ' ן טעגליכן שטייגער , האפנדיג אויפ ' ן בעסטן . שומרים האט געזאגט פאר ' ן בעה " ב פונעם געשעפט צו האלטן אן אויג טאמער די גנב ' טע קערט זיך אום און זיי זאפארט אינפארמירן דערוועגן .
צווויי וואכן שפעטער , אויף א פרייטאג , האט מען איר געקייטלט ! ס ' איז געווען פרייטאג און איך בין דאן געזעצן אין דער סאטמארער ביהמ " ד אויף ראדני סטריט וואו איך האב געלערנט מיין וועכנטליכע שיעור אין אור החיים הק ' און בני יששכר . פאר ' ן אנהייבן דעם שיעור האב איך אויסגעלאשן מיין טעלעפאן און געזאגט , " אין זכות פון די צדיקים וועמענ ' ס ספרים איך לערן יעצט זאל איך שנעל טרעפן מיין אבידה ."
שוין , איך ענדיג לערנען , כ ' פארמאך די ספרים , און צינד צוריק אן דעם טעלעפאן . דער סקרין האט געוויזן א היבשע פאר פארפאסטע רופן . דורכנישטערנדיג צווישן די קאלס דערזעה איך שומרים ' ס נומער . אן אן אטעם האב איך זיי שנעל אנגערופן און זיי האבן מיר גלייך דערציילט די גוטע בשורה אז מען האט אפגעפינען די פרוי !
זי האט זיך טאקע אומגעקערט צום זעלבן געשעפט ?
יא , פונקט ווי מען האט געטראכט ! דער אייגנטומער , וועלכער האט איר באמערקט , האט תיקף אלארמירט שומרים . די שומרים וואלונטירן זענען איר נאכגעגאנגען אפאר בלאקס און גערופן פאליציי איר צו קייטלען , און אזוי איז זי אוועקגעפירט געווארן אין די פאליציי קאר .
פארוואס האט מען איר נישט געקענט ארעסטירן אויפ ' ן ארט , אינעם געשעפט ?
ווייל דאס זענען די פראטאקאלן . מען וויל לאזן דער קרימינאל פארענדיגן זיין ארבעט אינגאנצן . דעריבער האט מען איר צוערשט ארויסגעלאזט און נאר נאכ ' ן נאכפאלגן עטליכע גאסן האט מען איר ארעסטירט .
גאנץ א שנעלע ישועה , ניין ?
אזוי האב איך געמיינט ! איך האב זיך שוין געשפירט א געהאלפענער . כ ' בין געווען זיכער אז אין זכות פון מיין שיעור האט מען איר אזוי שנעל געפינען ... אבער די שמחה איז געוועזן צו פרי . באלד נאך שבת , זונטאג , האבן די פאליציי אפיצירן מיר אנגערופן און זיך אנטשולדיגט אז מען קען גארנישט טון . די פרוי ליידט פון אלצהיימער ' ס און איז נישט אלעמאל ביי זיך . זי קומט און זי גייט ; זי קען נעמען און ווארפן זאכן אן געדענקען ...
156 SHOPPERS ROUTE October 1 , 2024