10 1 24 | Page 158

אינטערוויו
א גוט געבענטשט יאר . א כתיבה וחתימה טובה .
דאס זענען פראזן וואס וועלן אט-אט געהערט ווערן אין די גאסן און אין אלע אידישע שטיבער . זאלן מיר אלע טאקע זוכה זיין אז די ברכות זאלן מקיים ווערן , אבער צו באגרייפן מיר בכלל די גרויסע כח פון א וואונטש ?
מיר האבן געהאט די זכי ' אפצוהאלטן א שמועס מיט א חשובע ' ר איד פון וויליאמסבורג , ר ' זלמן . ג ., דער מענעדשער פון ראזנפעלד ' ס גראסערי אין וויליאמסבורג . ער האט זיך איבערצייגט אין די גרויסע כח דערפון אויף די אייגענע ביינער און ער טיילט אונז מיט מיט די שטוינענדע פאסירונג וואס האט פאסירט מיט אים אליין .

א גוטן ר ' זלמן . לאמיר אנפאנגען פון אנהייב .
איך בין איין טאג אהיימגעקומען פון די ארבעט , און אזוי זיך יאגנדיג אהיים באמערק איך אז די לאטערי איז דעמאלטס ארויף געשפרינגען . ס ' האט געהאלטן ביי אכט הונדערט טויזנט דאלער ! ס ' האט מיר געכאפט און איך האב באשלאסן זיך אפצושטעלן ביי די נעקסטע געשעפט און זיך איינהאנדלען א טיקעט . ווייסט דאך ... פאר צוויי דאלער לוינט זיך צו קענען האבן א נאכט מיט זיסע חלומות .
פונקט יענעם טאג האב איך געהאלטן ביי מיר אן ענוועלאופ מיט זעקס טויזנט דאלער .
זעקס טויזנט דאלער קעש ?!
יא . אן ענוועלאופ אנגעגרייט צו באצאלן פאר די קאנטרי . ס ' איז געווען אין דעם א געמיש פון טשעקס און קעש ; א גרויס חלק דערפון איז געווען גלאטע מזומן , און אלעס
158 SHOPPERS ROUTE October 1 , 2024