10 1 24 | Page 147

די כח פון

א ברכה

א קללה פארן גוי

דער אמבולאנס וואס האט זיך אפגעשטעלט פארנט פון די גרינע האלצערנע ווענט האט נישט אנגעזאגט קיין גוטס . די צוויי פארעמעדיקס וואס זענען ארויסגעקומען פון די אמבולאנס האבן מיט א רואיגקייט זיך גענומען מסדר זיין די פעקלעך וואס זיי דארפן מיטנעמען צום ערשטן-הילפס-רוף . טאקע , די רוף איז שוין אריינגעקומען א גוטע צען מינוט צוריק , אבער וואס קען מען טון אז זיי זענען נאכנישט גרייט .
אן ארבייטער האט זיי אפגעווארט אינדרויסן , און אריינגעפירט די צוויי פאראמעדיקס צו דער אינטערשטע שטאק ווי מען האט געהאלטן אינמיטן בויען די נייע מקוה .
אין גאס האבן זיך שוין אנגעהויבן צו פארזאמלען אפאר נייגעריגע דורכגייער , אבער צווישן די פארזאמלטע האט זיך דערקענט די נערוועזע און דערשראקענע בליקן פון הר " ר זלמן פריעדמאן .
די גאנצע סצענע מיינט אים . ווען ער האט געהערט אז אן אמבולאנס האט זיך אפגעשטעלט פארנט פון די שול איז ער גלייך געקומען צולויפן צו זעהן וואס עס האט פאסירט . און ווי עס זעהט אויס איז איינע פון די ארבייטער געשעדיגט געווארן אינמיטן בויען .
לאנג האט נאך גענומען ביז די פאראמעדיקס האבן ארויסגעשלעפט א פעסטן גרויסן גוי , באנדאזשירט און צוגעבינדן צום בעט און אפגעפלויגן מיט פייפנדע סירענעס .
די נייגעריגע עולם איז זיך צוגאנגען , און ווען דעם רב הר " ר זלמן פריעדמאן האט געהערט די דעטאלן פון די אינצידענט פונם פארעמעדיק איז ער אוועק פון דארט מיט א שווערע געפיל . עפעס האט אים פארגעזאגט אז די מעשה האט זיך נישט דא געענדיגט .
" א האלב מיליאן דאללער ??!!" ער איז געשטאנען מיטן צעטל אין דער האנט אין טיפן
שאק . " איז ער נערמאל ? ער וויל פאר זיין צובראכענע פיס א האלב מיליאן פארגוטיגונגס געלטער ?"
ווי ווייט עס האט זיך נישט געלייגט אויפן שכל , איז עס אבער געווען א פאקט . דער גוי , דער ארבייטער , וואס האט בטעות געגעבן א שלעכטע טרעט און אריינגעפאלן אין די לאך פון די מקוה באשולדיגט דעם רב , הר " ר זלמן פריעדמאן אין זיין פאל , און ריפט אים אין געריכט , ווען ער פארלאנגט א פינף הונדערט טויזענט דאללער ווי גארנישט .
' רבונו של עולם פון וואו נעמט מען דאס געלד ?' לויפן די מחשבות ביי ר ' זלמן אין קאפ , די קאסטבארע פריעקט פון בויען א בית המדרש האט שוין אפגעקאסט פיל מער ווי ער האט זיך גערעכנט , און ער איז שוין פארנומען די לעצטע שטיק צייט צו בארגן , שאפן , און דרייען מיט געלט . ווי אזוי איז מעגליך אז ער זאל בכלל קענען באצאלן די ריזיגע סכום ? אן קיין געלט , און מיט אויסגעליידיגטע טאשן קען ער אפשטעלן די גאנצע בוי ארבעט פון די נייע שול ביז אן אומבאשטומטע דאטום . עס איז געווען צו ווייטאגליך צו אראפשלינגען .
" צום ערשט זאלט איר נעמען א גוטע לויער ," האט זיין משפחה אים געראטן .
ר ' זלמן האט זיך טאקע געוואנדן צו דער גרעסטע לויער אין דעם געביט , כאטש וואס דאס אליין האט אים שוין אריינגעשלעפט אין פרישע הוצאות פון שווערע געלטער .
" צום ערשט לאמיר אראפרופן דעם גוי און זען אויב מיר קענען מיט אים פארהאנדלען ," האט דער לויער אנגעהויבן צו ארבעטן אויפן קעיס .
דער גוי איז געקומען , הינקענדיג אויף צוויי שטעקענעס , אבער זיין מיינונג פעסט ווי א שטאלענע זויל . ער האט פון גארנישט געוואלט וויסן , נאר פון די צוגעזאגטע האלב מיליאן דאללער וואס זיין לויער האט געזאגט אז ער קען פארדינען .
אלע הסברים אז א געריכט קאסט געלט , און עס איז
October 1 , 2024 SHOPPERS ROUTE 147