10 1 24 | Page 148

און זיך אינטערמורמלען אפאר שנעלע ווערטער . איך האב אייביג אנגענומען מיט האפפענונג איר ברכה , און שוין אזוי ארויסגעקוקט אז איר ברכה זאל שוין מקיום ווערן , איך זאל קענען צולייגן נאך א צווייגלע צו מיין דאן קליינע משפחה בוים .
" אלימלך איז א חתן !"
די פרייליכע נייעס האט עקספלאדירט אין אין די לופטן , פארשפרייטנדיג שמחה אויף אלע זייטן . מיין ברודער אלימלך איז ברוך השם א חתן געווארן . איך האב געוואלט לויפן , זיך אנטון , גיין צו די לחיים , און שפירן די שמחה מיט מיין האנט . אבער דער שידוך איז געשלאסן געווארן אין אויסלאנד , און חוץ א קורצע טעלעפאן געשפרעך מיט מיין מאמע האב איך גארנישט געהאט . מיין מאמע האט מיר צוגעזאגט צו ברענגען אסאך בילדער פון די כלה און די גאנצע משפחה , אבער דאך האט זיך די שמחה געשפירט אזוי ווייט .
" פארוועם נאך קען איך פארציילן די פרייליכע נייעס ?" האב איך שפאצירט אויפן גאס , זיכנדיג א היימישע פנים זיך צו קענען פרייען צוזאמען מיט די שמחה .
" די עלטער מומע !" בין איך אויפגעשפרינגען מיט מיין געדאנק . די גרויסע אפארטמענט געביידע האט מיר גערופן צו אריינגיין איר צו מעלדן די פרייליכע נייעס . מיין מומע האט גוט געקענט מיין ברודער אלימלך . מיין ברודער פלעגט קומען מאכן קידוש פאר איר א יעדע וואך , און זי וועט זיך זיכער פרייען צו הערן אז ער איז א חתן צו אזא פיינע משפחה אין אויסלאנד .
" די מומע וויל הערן א מזל טוב ," האב איך מיט עקסטאז געעפנט די טיר .
איך האב געזעהן ווי אירע אויגן צינדן זיך אן מיט נייגער , ווען איך האב מיט פרייד אויסגעשאסן , " אלימלך איז א חתן !"
די שמחה וואס האט זיך דאן פארשפרייט אויף די פארעלטערטע און פארקנייטשטע געזוכט איז שווער צו באשרייבן . זי האט מיט פרייד געהערט אלע דאטאלן פון די משפחה ארום און ארום , ווען צום סוף רופט זי זיך אן , " און ביי די חתונה וועסטו אי " ה זיין א קימפעטארן ."
די ברכה איז געזאגט געווארן אזוי קלאר און שטארק אז עס האט מיר געכאפט אין שאק . עס האט מיר גענומען א מינוט צו באגרייפן דעם מאמענט .
" אבער מומע ," האב איך פראבירט , " פונקט ביי די חתונה ?"
זי האט געשאקלט איר קאפ פון זייט צו זייט , " ביי די חתונה וועסטו אי " ה זיין א קימפעטארן ."
איר ברכה איז פולקאם מקיום געווארן אויפן האר . ווען די גאנצע משפחה האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צו פליען איבערן ים צו מייליך ' ס חתונה בין איך געבליבן אינדערהיים , ווייל איך בין געווען א קימפעטארן . נאך אזוי פיל יארן פון ווארטן און האפן האב איך געהאלטן אין מיין האנט א קליינע מיידל פון קוים אפאר וואכן אלט .
( לעילו נשמת מיין מומע וואס האט נישט איבערגעלאזט נאך זיך קיין קינדער , מאטל בת ברוך , איר יארצייט איז ב ' אלול )
פארציילט דורך דער בעל המעשה
148 SHOPPERS ROUTE October 1 , 2024