10 1 24 | Page 146

בכלל נישט זיכער אז ער וועט געווינען , און אז זיין לויער וועט באקומען א פראצענט זענען געפאלן אויף טויבע אויערן . ער האט געוואלט זיינס , און עס איז גארנישט געווען צו טון דערוועגן , נאר צו הייבן הענט .
" דער רב וויל הערן א מעשה ?"
הר " ר זלמן פריעדמאן האט מיט נייגער ערווארטעט צו הערן די מעשה פון דעם איד ר ' אברהם אלי ' ברוין . ער האט יעצט געענדיגט פארציילן זיין פרשה מיט דעם גוי , און שוין איז איינע פון די מתפללים אויפגעשפרינגען און געהאט פאר אים א מעשה צו דערציילן .
" מיין טאטע האט געהייסן ר ' ישראל חיים ברוין , און ער האט אויך אמאל געהאט צו טון מיט א גוי . דער גוי האט אים געוואלט פארמסר ' ן און עס האט אים אפגעווארט א שווערע געריכט . אבער נאך מער האט ער מורא געהאט אז ער וועט געפינען ווערן שולדיג און עס ווארט אים א שווערע שטראף . און זיין גרויס קלעם איז ער אריינגעגאנגען צום פאלטישאנער רב הגה '' צ אלעזר טווערסקי זצ '' ל , און דער פאלטישאנער רב האט אים געפרעגט ווי אזוי דער גוי הייסט ."
" יעצט הערט די ווערטער פונעם פאלטישאנער רב ," איז ר ' אברהם אלי ' איבערראשט צו איבערגעבן די פונקטליכע דעטאלן פון די געשיכטע , " ווען דער פאלטישאנער רב האט געהערט אז דער גוי הייסט נעסלי , האט ער געזאגט אז עס איז די זעלבע ווי מת-‏ לי . און ער האט אים ווארעם אנגעוואונטשן אז עס זאל טאקע קומען א סוף צו דעם גוי .
עס איז נישט אריבער קיין לאנגע צייט און דער גוי איז פלוצלונג געשטארבן , נאך פאר ער האט געהאט א געלעגנהייט אריינצוגעבן זיין מסירה , און מיין טאטע איז ניצול געווארן פון די גאנצע אנשיקעניש ."
די מעשה איז געווען ווי א שטריק פון האפפענונג פארן רב הר " ר זלמן פריעדמאן . זיך אנצוכאפן אין די כח פון צדיקים , און אין די כח פון זייערע ברכות איז אלע יארן געווען די לעזונג צו אלע פראבלעמען . דער פאלטישאנער רב האט שוין אבער דאן נישט געלעבט , דערפאר איז הר " ר זלמן פריעדמאן אראפגעפארן צו זיין ציון אין בית החיים אין ניו דזשורזי אין פאפא חלקה און אויסגעגאסן זיין גאנצע פארוויקלטע פרשה , און אפגעלאדנט דארט אלע זיינע שווערע שטיינער .
דער גוי איז פלוצלונג געשטארבן ? ניין . אבער זאכן האבן פון יענע מאמענט גענומען א האסטיגע דריי צום גוטן ריכטונג . אפילו די עצה וואס ער האט דאן באקומען צו נעמען א קלענערע לויער , ווייל אזא גרויסע לויער פעלט נישט אויס , האט אויך געהאט די באשערטע מינוט ווען עס זאל אנקומען . און ס ' איז געווען א ריכטיגע באשלוס . ווייל דער גרויסע לויער איז פארנומען נאר מיט שווערע און גרויסע קעיסעס , און זיין צוגאנג צו יעדע זאך איז אזוי ווי עס איז א גרויסע און שווערע קעיס . לאמיר נישט מאכן דער פרשה מיט דעם גוי מער ווי עס איז , און א פשוטע ביליגער לויער קען זיך אויך ספראווענען דערמיט .
" צום ערשט לאמיר פראבירן צו פארהאנדלען מיטן גוי אליינס ," איז געווען די ערשטע זאך וואס דער נייע לויער האט גע ' עצה ' ט .
און אפילו ווען ער האט געהערט אז מען האט שוין פרובירט , האט ער געהאלטן אז עס לוינט זיך צו פראבירן נאכאמאל . און וואונדער איבער וואונדער , אדער בעסער געזאגט יעדער האט שוין פארשטאנען אז דאס מאל איז אנדערש , דאס מאל איז מען געקומען מיט די כח פון די ברכה פון א צדיק .
דער גוי האט גלייך אנגענומען דעם אנבאט , אפילו מען האט אים געוואלט געבן א סכום אזוי קליין ווי פינף טויזנט דאללער , האט ער מסכים געווען . פלוצלונג האט ער אויך געהאלטן אז א געריכט וועט נעמען פון אים צייט און געלט , און נאך אלע מעשיות איז אפילו נישט זיכער אז ער וועט אפילו געוואונען . דער גוי האט גענומען די פינף טויזענט דאללער און ער איז געגאנגען .
און נישט לאנג נאכדעם איז געווען די חנוכת הבית פונם נייעם בית המדרש , וואס איז פארעדיגט געווארן צו די פרייד פון דעם רב און אלע מתפללים .
( דער רב איז א פיקטיווע נאמען ) פארציילט דורך דער רב זוהן
146 SHOPPERS ROUTE October 1 , 2024