10 1 24 | Page 142

טו די בעסטע וואס דו קענסט
וואו ? יאפאן
אין יאפאן , אויב ווילט איר איינעם אנוואונטשן הצלחה , וואלט די פאסיגסטע וואונטש געווען : טו די בעסטע וואס דו קענסט .
יאפאן ' ס קולטור איז געצענטערט ארום זיך פלאגן פאר הצלחה . זיי פירן זיך נישט אנצואוואונטשן איינעם מיט הצלחה סתם אזוי , נאר ענדערש וועלן זיי יענעם ווארענען אז ער זאל זיך אנשטרענגען .
די '' ארבעטער '' קולטור האט זיך אריבערגעכאפט צו זייער גרויסע שכן , כינע , ווי איר וועט זען אינעם קומענדיגן וואונטש .
וואו ? כינע
לייג צו אויל
די פראזע ' לייג צו אויל ' איז א פאפולערע וועג פון אנוואונטשן איינעם אין כינע . אין כינע איז די מעסעדש וואס מען וויל ארויסברענגען אין א וואונטש : דערגרייך דיין פולע פאטענציאל .
וואו קומט אבער ' לייג צו אויל ' דא אריין ? די פראזע קומט אריגינעל פון א גאווערנער וואס פלעגט צולייגן אויל , צו אויל-לעמפ פון די וואס פלעגן אויפזיין ביז שפעט אין די נאכט אריין צו חזר ' ן פאר זייערע פארהערן . מיט ' ן צולייגן אויל פלעגט ער זיי מוטיגן צו באקומען הויכע צייכנס .
ביז היינט איז ' לייג צו אויל ' א וואונטש וואס א כינעזע וועט זיך שטארק פרייען צו באקומען . ווייל אזא וואונטש איז ווי א קלאפ אין ריקן . ס ' ווייזט אז דו האלטס פון זיין ארבעט און דו מוטיגסט אים ווייטער אנצוהאלטן דערמיט .
אנדערע כינעזע וואונטשן זענען " איך וואונטש דיר אז דיין מזל זאל זיין אזוי טיף ווי די מזרח טייך '' אדער '' איך וואונטש דיר אז דיין לעבן זאל זיין אזוי לאנג ווי די דרום בארג ''. די צוויי ווערן רוב מאל געזאגט אינאיינעם און זענען די מערסטע פאסיג צו וואונטשן אין כינע אויף יענעם ' ס געבורטס-טאג .
142 SHOPPERS ROUTE October 1 , 2024