10 1 24 | Page 143

וואו ? דייטשלאנד
יעדער איז די שמידט פון זיין אייגענע מזל
אין דייטשלאנד , אז איר ווילט איינעם אנוואונטשן , וואלט א פאסיגע לשון געווען : יעדער איז די שמידט פון זיין אייגענע מזל . ס ' ברענגט גוט ארויס די דייטשע מאנטאליטעט פון קארעקטקייט און אחריות .
אנשטאט סתם צו וואונטשן יענעם אז זיין מזל זאל שיינען , ברענגען זיי ארויס אז דו זאלסט וויסן אז נאר דו ביסט אחריות אויף די אויפפירונג פון דיין היינטיגע טאג .
אין די אלטער היים , פלעגן הייזער קענען פארברענט ווערן גרינגערהייט . ס ' פלעגט זיך אנהייבן ווען אביסל פייער איז אריין אין די קוימען און די גאנצע הויז האט זיך אזוי אנגעצונדען . די קוימען קערער ' ס ארבעט איז געווען אויסצורייניגן די קוימען כדי דאס זאל נישט קענען פאסירן .
אין דייטשלאנד פלעגן די קוימען קערער ' ס הייסן די מערסטע מזל ' דיגע פון שטאט – זיי האבן דאך די ריינסטע קוימענס ! זיכער קען זייער הויז זיך קיינמאל נישט אונטערצינדן ... ... אויב יעדער איז די שמידט פון זיין אייגענע מזל , זענען די קוימען-קערער די געלונגענסטע שמידט !
וויאזוי קען זיך זייער גוט מזל אנקלעבן אין א צווייטן ? וואונדערן זיך די דייטשע . נאך ביז היינט , אויב א קוימען קערער קומט רייניגן די קוימען אין א דייטשע הויז , וועלן די איינוואוינער צולויפן צו אים און אנטאפן זיין אקסל אדער זיינע קנעפלעך אנגעשטעקט צו ווערן פון זיין מזל ...
October 1 , 2024 SHOPPERS ROUTE 143