אריין אינעם וואלף ' ס מויל
וואו ? איטאליע
אין איטאליע גלייבט מען אז דוקא דורכ ' ן נוצן געפארפולע און נעגאטיווע אויסדריקן , נעמט מען אוועק די מעגליכקייט פון די אויסדריק מקיום צו ווערן .
די מערסטע ברייט-באנוצטע וואונטש דארט איז ' אריין אינעם וואלף ' ס מויל !' די וואונטש שטאמט אריגינעל פון רוים . ס ' זענען דא אפאר לעגענדעס פארוואס דאס איז אזוי , אבער איין באבע-מעשה איז אז די גרינדער פון די רוימישע אימפעריע זענען אמאל געהאלפן געווארן דורך א וואלף . אויב איז דא א פראצענט אז די לעגענדע איז אמת , קלונגט די וואונטש יא פאזיטיוו , ווייל ווי עס שיינט קען א וואלף צומאל צונוץ קומען ...
TIDBITS :
~ אלקסנדר גרעהעם בעל , דער ערפינדער פון די טעלעפאון , האט אריגינעל געוואלט מיר זאלן אויפהייבן די פאון מיט אן '' אהוי '' אנשטאט '' העלא ''.
~ אין מיטל-מזרח לענדער , טאר מען נישט רייכן די לינקע האנט , ווייל עס ווערט גערופן '' אומריין ''.
~ אין , Zimbabwe א לענדל אין דרום אפריקא , וועלן מענטשן פאטשן מיט די הענט זיך צו באגריסן . דער ערשטער קלאפט איין מאל ( אלס ' שלום עליכם '(, און דער צווייטער קלאפט צוויי מאל ( אלס ' עליכם שלום '(.
~ אין-Malaysia מעלעיזשע איז די אנגענומענע וועג זיך צו באגריסן אויפ ' ן גאס , " וואו גייסטו ?" און די ענטפער דארף אלעמאל זיין " סתם אויף א שפאציר ."
October 1 , 2024 SHOPPERS ROUTE 141