די בעסטע פון די בריטישע
וואו ? בריטאניע
זי האט געדארפט חזר ' ן פאר א פארהער ... אבער זיך פארשמועסט אויפ ' ן פאון . די קומענדיגע צופרי איז זי אויפגעשטאנען שפעט און בשעת זי לויפט ארויס פון הויז שרייט זי פון הינטער זיך , " וואונטש מיר עפעס אן !" וואס זאל איך איר זאגן ?...
איר לויפט ארויס פון הויז ניין-א-זייגער ביינאכט איינקויפן עפעס פאר יו '' ט . איר ווייסט אז די געשעפטן מאכן אלע צו 7 אזייגער , אבער ... " וואונטש מיר אז איך זאל מצליח זיין !" שרייט איר אויס . וואס זאל מען אייך זאגן ?...
אייער פארטנער לויפט פארסאפעט אריין אין לערערין ' ס צימער א מינוט פאר די טאג הייבט זיך אן . " כ ' בין נישט נארמאל ! כ ' האב זיך גארנישט צוגעגרייט היינט ! וואס טו איך דא ?... וואונטש מיר הצלחה ." וואס זאגט מען אין אזא פאל ?...
" דו זאלסט האבן די בעסטע פון די בריטישע !"
' די בעסטע פון די בריטישע ' איז א וואונטש וואס ווערט שטארק באנוצט אין בריטאניע . די וואונטש איז ספעציעל געאייגנט ביי די אויבן דערמאנטע פעלער , ווען די וואונטשער זעט נישט קיין אויסזיכטן וויאזוי יענער זאל מצליח זיין .
איז ... לייגט נישט קיין צו גרויסע האפענונגען ווען איינער וואונטשט אייך אזוי אן .
וואו ? איסטראליע
מיר וועלן זיך טרעפן אויף די אנדערע זייט
די וואונטש '' מיר וועלן זיך טרעפן אויף די אנדערע זייט '' ווערט גענוצט אין אסאך ערטער , אבער קומט אריגינעל פון איסטראליע . זיי וואונטשן דאס פאר איינער לאזט זיך ארויס אין וועג .
עס שטאמט פון די אמאליגע רעקארדס וואס פלעגט ארבעטן ווי די טעיפס . ווען עס האט זיך געענדיגט איין זייט , האט מען עס געדארפט אריבערדרייען צו די אנדערע זייט . איידער ' ן אנצונדען א רעקארד האט מען געוואוסט אז מען וועט אזוי הנאה האבן דערפון , אז ביז א קורצע צייט וועט זיך די ערשטע האלב פונעם רעקארד ענדיגן און אין אן אויגנבליק וועט מען עס שוין דארפן אריבערדרייען כדי צו הערן די צווייטע זייט .
ווען איינער לאזט ארויס אין וועג וויל מען אים וואונטשן הנאה פון זיין רייזע . '' דו וועסט אזוי הנאה האבן , אז די צייט וועט אזוי שנעל אריבערגיין און דו וועסט זיך טרעפן צוריק אינדערהיים !" אין אנדערע ווערטער ... '' מיר וועלן זיך טרעפן אויף די אנדערע זייט ''.
140 SHOPPERS ROUTE October 1 , 2024