10 1 24 | Page 139

ארום
ח . גראס

אלעס וואונטשן

ארום
איר ווילט וואונטשן , אבער איר הערט זיך שטומפיג ... וויאזוי צו ברעכן די אייז :
איר קענט די געפיל פון אויפהייבן א פאון צו א באבע , ווילן אנוואונטשן א כתיבה וכתימה טובה , און די רגע איר הערט די העלא ווערט איר פלוצלונג פארשטומט ?
ערשטנס , אפשר איז דאס שוין אביסל צו שפעט , אבער די אייז ווערט נישט אזוי גרינג צובראכן מיט איין טעלעפאון רוף . א באבע , קומט זיך נישט בלויז איין טעלעפאון רוף ערב ר '' ה כדי מ ' זאל דאס קענען אויסקרויזן פון די ליסטע ...
צווייטנס , וועלכע סארט וואונטש ווילט איר געבן ? ספעציעל פאר די וואס לויפן גרינג אויס פון ווערטער , איז גוט צו טראכטן א גוטע נוסח וואס איר וועט נוצן . חזר ' ט זיך די נוסח אין געדאנק כדי איר זאלט נישט ווערן פארלוירן ווען עס קומט למעשה .
ס ' איז אויך גוט אנצוהייבן א געהעריגע שמועס אויפצולאזן די אטמאספער , און דערנאך ענדיגן מיט די וואונטש . יעדע באבע וויל רעדן מיט אן אייניקל . קיינער וויל נישט קיין סתם ' ע ' כתיבה וחתימה טובה פאר דיר אויך ' און דא ענדיגט זיך די געשפרעך . שמועסט איבער אלס און אלעמען , וואונטשט אן וואס איר ווילט , און איר וועט זען אז איר אליין וועט שטארק הנאה האבן .
וועלכע וואונטש ווארטן אונזערע באבעס צו הערן ?
מיר האבן זיך פארבינדען מיט אפאר מיטל-‏ יעריגע פרויען צו הערן זייער מיינונג .
. 1 " איך וואונטש זיך אלעמאל אז מיינע קינדער זאלן אלעמאל בלייבן באחדות ' דיג . איך וואלט הנאה געהאט ווען מענטשן וואונטשן מיר דאס אן ."
. 2 " פרנסה . יעדע איד דארף היינט פרנסה און

TIDBITS :

~ אין די UK- יונייטעד קינגדאם , געבן מענטשן אויס 1 ביליאן פונט ( בערך 1,332,000 אמעריקאנע דאלארן ) אויף קארטלעך וואס מען שיקט זיך ארום איינער די צווייטע . צו פייערן געשעענישן אדער געפילן . ( אזויווי טענק-יו קארטלעך , וואונטשן אויף אלס און אלעמען א . ד . ג .(
~ די טייערסטע וואונטש קארטל קאסט $ 4,995 און איז געמאכט פון זיידן און גאלד .
~ איבער 1.5 ביליאן וואונטש קארטלעך ווערן ארויסגעווארפן א יאר . ~ פרויען קויפן א געשאצטע 80 % מער קארטלעך ? ווי מענער , געבן אויס מער צייט אויסצו וועלן א קארטל , און קויפן רוב מאל אפאר קארטלעך אויפאמאל .
October 1 , 2024 SHOPPERS ROUTE 139