כ ' מיין אז יעדער ווארט אויף אזא וואונטש ."
. 3 " איך קען נישט טראכטן פון עפעס וואס איך וואלט הנאה געהאט מען זאל מיר וואונטשן , אבער איך האב אלעמאל ליב צו הערן די ווערטער ' איך וועל דיר אינזין האבן אין מיין דאווענען '. עס גיבט מיר א געפיל פון פארזיכערונג אז נאך איינער דאוונט פאר מיר ."
. 4 " נחת , אבער נישט סתם נחת , נאר אידיש נחת . דאס איז וואס יעדע טאטע , מאמע , באבע און זיידע וויל הערן . יעדער וואונטשט זיך קינדער וואס שטייגן אין תורה , אין עבודה , אין יראת שמים און אין אלעס אינצווישן . איך וואלט זייער ליב געהאט ווען מען וואונטשט מיר אן אידיש נחת ."
. 5 " א געזונט יאר . איך האב אלעמאל הנאה ווען מען וואונטשט מיר אן געזונט ."
ווען איר וואונטשט , מיינט דאס אמת ' דיג . נישט קיין חילוק וואס איר זאגט , דארף עס קומען פון הארץ . פונקט ווי ווען איר דאווענט טראכט איר וואס איר זאגט , איז די זעלבע דא . א וואונטש איז א תפילה . " דער אייבערשטער זאל העלפן אז ... " וואונטשט מיט כוונה .
א גוטע עצה איז טאקע צו טראכטן וועלכע זאך דער צווייטער וואלט זיך אליין געוואונטשן . אזוי , ווען איר זאגט דאס , וועט די וואונטש גרינגער ארויס קומען , ווייל איר ווילט באמת אז ביי יענעם זאל עס מקיום ווערן .
פון די אנדערע זייט איז פארשטענדליך אז א וואונטש פון די עלטערן און באבעס איז טייערער ווי סיי וועלכע וואונטש . זיי מיינען נאר אונזער טובה , ווילן נאר אונזער הצלחה , זענען מתפלל פאר אונז כסדר , און זייער וואונטש ווערט זיכער געזאגט מיט כוונה . אזא ' וואונטש ' איז א געלעגנהייט . אפילו פאר די איינציגע סיבה אז איך וועל באקומען אזא באלוינונג – א וואונטש אויף צוריק – לוינט זיך אנצואווענדן יעדע השתדלות אנצורופן מיינע עלטערן און באבעס זיי אנצואוואונטשן .
וויאזוי צו וואונטשן מענטשן וואס זענען אין סענסיטיווע מצבים :
וואס זאל איך וואונטשן מיין חבר ' טע וואס ווארט נאך אויף איר באשערטע ? וויאזוי זאל איך אנוואונטשן מיין שוועגערין וואס ווארט שוין לאנג אויף קינדער ? וויאזוי וואונטש איך אן די שכנה וואס איך ווייס גייט יעצט דורך א שוועריגקייט ?
לאמיר אנאלאזירן : וואס מאכט א מצב סענסיטיוו ? אז סיי די וואס ווערט געוואונטשן , סיי דער וואונשטער און סיי די גאנצע זאל פילט יעצט ווי יענעם ' ס פראבלעם איז אויפ ' ן הויכפונקט . אין רוב פעלער איז עס בלויז די וואס ווערט געוואונטשן ' ס געפיל , אבער לאמיר זאגן די גאנצע זאל טראכט יעצט טאקע " דא גייט די ...". און ווען עס קומט צו וואונטשן , פילט פלוצלונג די בעלת שמחה ווי וואס זי וועט איר נאר וואונטשן וועט זיין אומאנגענעם .
קודם כל , יעדע איינציגסטע אינדיווידואל איז אינדיווידואל . אונזערע געברויכן זענען אזוי פארשידן ווי אונזערע פנים ' ער . ווען עס קומט צו וואונטשן , וויל איינער אז מ ' זאל דווקא אנוואונטשן דאס וואס ער נויטיגט זיך אין די מערסטע און ארויסזאגן קלאר פון מויל זיין פראבלעם אז אלע צוקוקער זאלן אפהילכן אן ' אמן ', און א צווייטער וויל אז מ ' זאל אים פשוט געבן אן אלגעמיינע וואונטש אנשטאט ארויס ' ספעל ' ן זיין פראבלעם . כאטש יעדע מענטש איז אנדערש , און אודאי וועלן געוויסע פילן אז ס ' איז נישט פונקט אזוי , וועלן אבער , ווי עס שיינט , רוב מענטשן אריינפאלן אין די צווייטע קאטאגאריע .
פארוואס איז דאס אזוי ?
לאמיר אייך פרעגן , איז א מענטש זיין פראבלעם ? זיכער אז נישט .
איר מצב איז נישט ווער זי איז . יעדער פארשטייט עס , אבער ווען עס קומט צו וואונטשן , דערמאנט מען זיך פלוצלונג פון אלע '' צרות ''.
די זעלבע מענטש דארף זיכער אויך געזונט , •••
138 SHOPPERS ROUTE October 1 , 2024