10 1 24 | Page 137

צופרידנקייט , הצלחה און
וואס נישט . א וואונטש דארף דען זיין ספעציפיש ארויסצוזאגן יענעם ' ס פראבלעם ? א רואיגע , געווענליכע '' בקרוב '' הערט נישט דער אייבערשטער ?
ס ' איז א נארישע ביישפיל , אבער ס ' ברענגט עס גוט ארויס . לאמיר זאגן איר האט א פימפל אויף אייער שטערן . וואלט איר הנאה געהאט ווען די כלה ביי די תנאים וואונטשט אייך אז אייער פימפל זאל אוועקגיין ?... אויב זארגט זי זיך אזוי שטארק , קען זי מתפלל זיין דעראויף שטילערהייט , אבער עס אייך צו וואונטשן וועט אייך מאכן פילן ווי די איינציגסטע זאך וואס זי טראכט וועגן דיר , איז דיין פימפל .
אויב ווערט איר טאקע פארלוירן ווייל איר האט מורא איר וועט יענעם וויי טון , איז אלעמאל פראקטיש צו וואונטשן עפעס מער פרווה ( חוץ פון לשנה טובה פארשטייט זיך ) און ס ' איז נאך אלס א גוטע וואונטש – " וואס דו וואונטשסט זיך זאל מקיום ווערן ", " דיינע / אונזערע תפילות זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון ..." א . א . וו . און אין אנדערע צייטן קען מען וואונטשן " דו / אונז זאלסט האבן אלעס גוטס ", " וואס דו ווילסט נאר , זאל אזוי זיין ", אדער צוריקוואונטשן וואס יענער האט געוואונטשן .

וויאזוי אנצואווארעמען קינדער צו וואונטשן :

ס ' איז נארמאל אז קינדער פילן אומבאקוועם ווען זיי דארפן אנוואונטשן א באבע פערזענליך אדער איבער די פאון . א קינד דארף טאקע זיין גענוג ערוואקסן צו פארשטיין די כח פון א וואונטש און עס נאך קענען ארויסזאגן פון מויל .
זיי אוועקצונעמען די בושה , זענען דא אפאר עצות .
ערשטנס , איר קענט זיי ארויסהעלפן . אנשטאט זיי זאלן דארפן אנהייבן , קענט איר אנהייבן פאר זיי .
" באבי , בלומי וויל דיר וואונטשן א גוט געבענטשט יאר . קום בלומי , באבי וויל הערן : א גוט ..." און זיי וועלן ווערן מער באקוועם .
פאר עלטערע קינדער קען מען פשוט ערקלערן וואספארא גרויסע מצוה ס ' איז צו וואונטשן , און בכלל רעדן איבער ווי שטארק די עלטערן וועלן זיך פרייען . אזוי גייען זיי צו צו די זאך מיט א מער ערוואקסענע בליק .
ווען מען רופט אן א באבע אויפ ' ן פאון און מ ' פלאנט איבערצוגעבן די פאון פאר די קינדער אז זיי זאלן אויך קענען אנוואונטשן , איז די בעסטע זיי אנצוגרייטן פון פאראויס .
" איך גיי יעצט רופן באבי איר אנוואונטשן א כתיבה וחתימה טובה . באבי וועט זיך אזוי פרייען צו רעדן צו דיר ! קודם גיי איך רעדן , און אינמיטן וועל איך דיר קומען איבערגעבן די פאון ."
יעצט האט די קינד צייט זיך צו אריענטירן און טראכטן וואס ער גייט זאגן . ער קען אפילו חזר ' ן די לשנה טובה נוסח נאך איינמאל פאר עס קומט למעשה .
October 1 , 2024 SHOPPERS ROUTE 137