10 1 24 | Page 136

אויב איר רעדט אויפ ' ן פאון און דערמאנט זיך פלוצלונג צו רופן די קינדער , קענען זיי ווערן טאטאל פארלוירן . די זעלבע קינד וואס האט אזוי גוט געקענט נאכזאגן '' לשנה טובה '' אין קלאס , קען עס אינגאנצן פארגעסן אויב פלוצלונג טרעפט ער זיך מיט די פאון אין האנט . דער איבער איז די בעסטע זיי רואיג אנצוגרייטן פון פריער און איר וועט זען ווי שיין זיי וואונטשן אן .
"... און אונזערע תפילות זאלן נתקבל ווערן ..." איר לייגט אראפ די פאון נאכ ' ן אנוואונטשן א באבע חבר ' טע באקאנטע און די זיסקייט פון אזא פאון-קאל גייט נישט אזוי שנעל ארויס פון מויל .
אודאי זענען מיר יעצט אונטער די רושם פון די הייליגע טעג , אבער ס ' איז דא נאך עפעס פון אזא טעלעפאון-רוף . וואס איר האט יעצט געטון , איז געמאכט א צווייטן פילן גוט . איר האט גענומען די מי ארויסצוזאגן ווערטער פאר יענעם וואס ברענגט ארויס : איך טראכט פון דיר . איך וויל ס ' זאל דיר גיין גוט . איך בין מתפלל פאר דיר . די גוטע געפיל גייט ביידע וועגן – סיי פאר די נותן , און סיי פאר די מקבל .
איר קענט די מענטשן וואס ס ' איז אלעמאל געשמאק צו זיין ארום זיי ? מ ' קען עס נישט דערטאפן , אבער עפעס מאכן זיי אלעמאל א גוטע אטמאספער ארום זיך . וואס איז די טריק פון די געשמאקע מענטשן ? זייערע אויגן זענען אלעמאל אפען צו מאכן אנדערע פילן גוט מיט זיך .
יעצט ווען מיר זענען פארנומען געבן די '' איך טראכט פון דיר '' געפיל פאר אונזער קרובים און פריינט , איז פאסיג דאס אינזין צו האבן מיטצונעמען אויף א גאנץ יאר .
ס ' איז א געדאנקענגאנג , א . mindset אויב איז מיין קאפ
אויסגעשטעלט אז סיי וועם איך
טרעף נאר אן , וועט באקומען פון מיר א גוטע געפיל , איז עס נישט אזא שווערע ארבעט אפירצוזוכן אפאר גוטע ווערטער כדי יענעם צו מאכן פילן גוט . ס ' וועט ארויס קומען פון דיר גוטע ווערטער נאטורליך , ווי צום ביישפיל .
" אייביג האסטו אזעלכע גוטע עצות / געדאנקען / רעצעפטן !" " אייביג ווען איך וויל ווערן אין א גוטע מוט , רוף איך דיר אן ..." " דו ווייסט שטענדיג וויאזוי מ ' זאגט / טוט / מ ' מאכט דאס !"
די אויבנדערמאנטע ווערטער זענען נישט קיין פארגעגרייטע , פראקטיצירטע '' קאמפלימענטן '', נאר ווערטער וואס קומען נאטורליך ארויס פון די מויל פון איינער וועמען ' ס אויגן זענען אפן יענעם צו מאכן פילן גוט . און אזויווי ביי וואונטשן ... גייט די גוטע געפיל ביידע וועגן . – סיי פאר די נותן און סיי פאר די מקבל .
136 SHOPPERS ROUTE October 1 , 2024