בעזרת השם יתברך
שמירת הלשון
באשריבן און בארבייט דורך מכון באהלי צבי - 845.774.4314
די וואך לערנען מיר אין די פרשה די גרויסע שמחה און נחת רוח וואס דער באשעפער האט געהאט ווען דער כהן גדול האט אנגעטון די בגדי כהונה , כאטש מיר האבן נישט קיין שום פארשטאנד אין די גרויסע סודות וואס עס איז אלץ געווען מרומז אין די בגדי כהונה , דאך וועלן מיר בעזרת השם פראבירן זיך צו פארטיפן אין איינע פון די אכט קליידער , דאס איז דער " מעיל " און פארשטיין די פרשה לויט ווי דער הייליגער חפץ חיים , און נאך אנדערע ספרים האבן אפגעלערנט און געטראפן אין חז " ל די גרויסקייט און חשיבות פון דעם " מעיל ".
וועלכע לשון הרע איז דער מעיל מכפר ?
. 1 אין מסכת ערכין ( ט " ז .( געפינען מיר אז נאר מיט דעם אליינס וואס דער כהן גדול האט אנגעטון דעם מעיל , האט עס שוין מכפר געווען אויף די עבירה פון לשון הרע , וואס כלל ישראל האט געזינדיגט , השי " ת האט געזאגט : " זאל קומען דאס קלייד וואס מאכט א קול דורך די גלעקלעך וואס זענען געווען אנגעהאנגען אויפ ' ן מעיל , און עס זאל מכפר זיין אויף די עבירה פונעם קול " דאס מיינט מען די לשון הרע ווערטער וואס מען האט גערעדט .
. 2 די כפרה האט אבער נאר גענוצט , אויב די לשון הרע האט נאך נישט גורם געווען פארן צווייטן קיין שום שלעכטס מיט זיין רעדן , ווי צ . ב . ש . קאליע מאכן פאר א איד א שידוך , אדער צו בארעדן א מאן פאר א ווייב , אדער א ווייב פאר א מאן , אדער מען בארעדט איינעם פאר די משפחה מיטגלידער , וואס דאס אלעס צושטערט דעם שלום בית , אדער מען לייגט צוגרינד א איד זיין פרנסה , אויב מען זאגט דאס , נישט פאר קיין תועלת , ווי למשל מען זאגט סתם אזוי , אז יענער מאכט נישט קיין קיין גיטן דזשאב , מען רעדט אויף א פלאמבער , עלעקטערישן , אדער
ער איז נישט קיין גיטער מלמד , טיטשער , וכדומה , אדער מען רעדט אז יענעמס סחורה , אדער פראדוקט איז נישט גיט , דער קאנטראקטער איז נישט ערליך מיט זיין ווארט אדער מיט זיין ארבעט , איבערהויפט אז מען לאכט סתם אזוי אפ פון איינעם אז ער איז א נאר , א שוטה , ער ליידט פון קראנקהייטן , וואס דאן וועט אים קיינער נישט נעמען פאר קיין ארבעט , אויב די אלע לשון הרע ווערטער האט נישט אנגעמאכט קיין שאדן , האט מען זוכה געווען צו האבן א כפרה מיט דעם וואס דער כהן טון אן דעם מעיל .
. 3 אבער אויב חלילה זיינע ווערטער האבן שוין אנגעמאכט עפעס א שלעכטס , צ . ב . ש . איינס פון די פריער דערמאנטע זאכן זענען צושטאנד געקומען דורך זיין לשון הרע , { און ווער ווייסט דען ? ווי א מענטשנס ווערטער ווערן ארום געטראגן אין אלע שפעטערדיגע צייטן , אפילו אויף גאר אסאך יארן שפעטער , און אפילו ווען ער איז שוין לאנג אויף יענע וועלט , קען נאך אלץ געשען אן אומגליק , אז זיין אמאליגע לויזע צינג טוט אנמאכן אסאך עבירות , ווייל מען רעדט איבער זיינע ווערטער און זיי טוען נאך ווייטער אנזייען חורבנות השם ישמרנו {. אין אזעלכע פעלער האט דער מעיל נישט מכפר געווען , נאר דעמאלטס קומען ליידער אויף אים נגעים , אויב ער טוט נישט קיין תשובה .
. 4 דער חובת הלבבות ( שער התשובה פרק א ) רעכנט דארט אויס עטליכע זאכן וואס איז זייער שווער תשובה צו טון אויף זיי , זאגט ער דארט אז ווען איינער האט בארעדט א צווייטן איד זיין פרנסה , יענער האט וועגן דעם דערלייגט געלט , אדער דער שלעכטער נאמען באגלייט אים אז ער מאכט נישט קיין פרנסה , דאס איז איינס פון די זאכן וואס עס איז זייער שווער תשובה צו טון , ווייל עס העלפט אים נישט קיין תשובה ביז ווילאנג ער
January 4 , 2023 |
נתפרסם להצלחת יואל בן העניא |
718.599.3444 |
March 5 , 2025 SHOPPERS ROUTE 251 |
3 |