וועט איבערבעטן דעם חבר אדער מיט געלד אדער מיט ווערטער , מיט אלעס וואס ער קען , ער דארף זיך בעטן פאר אים אז ער זאל אים מוחל זיין אויפן צער וואס ער האט אים פארשאפט , אויב אזוי ווי קען מען דען יענעם באצאלן זיינע געלט שאדנס ? אדער ווען איינער האט איינעם דערנידערט אז ער האט פארלוירן זיין פרעסטיזש צווישן מענטשן , ווי קען מען יענעם צוריק שטעלן אויף זיין פריערדיגע כבוד און פרעסטיזש ווען יענעמ ' ס כבוד איז פארשעמט צווישן מענטשן ? ובפרט אויב מען האט בארעדט א משפחה , אדער צוגרינד געלייגט א שידוך אדער צושטערט א שלום בית , מיטן מענטשליכן שכל קען מען ממש נישט פארשטיין ווי אזוי מען קען דאס צוריק שטעלן אויפן פלאטץ , נאר מיט גרויס סייעתא דשמיא קען מען דאס דערגרייכן ( עיין דברי יואל ויקרא עמוד שפה (.
. 5 נאך זאגט דארט דער חובת הלבבות , דער וואס האט זיך איינגעוואוינט צו זאגן ליגנט , און צו פארציילן אין די שאנדע פון מענטשן , אפצולאכן און אפצושפעטן פון זיי . דער קען אויך זייער שווער תשובה טון , ווייל פון אזויפיל רעדן קען ער נישט געדענקען אויף וועמען ער האט אלץ צוזאם גערעדט , און וויפיל ער האט עכט פרדארבן מיט זיין רעדן אויף יעדן מענטש עקסטער . אבער אלע ווערטער איז באהאלטן און אפגעשריבן אין בוך פון זיינע עבירות .
הודו לה ' כי טוב ! א בקשה אויף ווייטער !
. 6 געליבט דער באשעפער אז עס איז פארמערט געווארן זייער אסאך לומדי " שמירת הלשון " א דאנק די שיינע " שמירת הלשון ליין " ( 929-445-9009 ) ווי מען קען אריין ריפן פון די גאנצע וועלט 24 שעה א טאג און מען דערקוויקט זיך מיט די אלע הערליכע שיינע שיעורים , און אז מען לערנט די הלכות איז מען אן אפגעהיטענע איד , און די מצות דערפרייען דעם מענטש , דעריבער פילן זיך אידן דערהויבן און פרייליך מיט יעדע איינציגע מאל וואס זיי טוען ביישטיין דעם נסיון פון רעדן לשון הרע .
דער אפקלאנג צו האבן די זכיה וואס טויזנטער אידן לערנען איין טאג שמירת הלשון !
. 7 ישראל קדושים הם : דאס אלעם קען נאר דורכגעפירט ווערן אדאנק די נדבנים וואס האבן זיך ערוואבן א זכות אין דעם גרויסן פראיעקט פון די " שמירת הלשון ליין " מיט רעכט פילן זיי זיך גליקלעך אז זיי האבן זיך ערווארבען דעם זכות פון פארשפרייטן שמירת הלשון אויף די גאנצע וועלט , פונקט אזוי קענט איר אויך זיין פון די גליקליכע נדבנים וואס קויפן זיך איין זכותים אין דעם פראיעקט . ריפט אין אפיס 845-774-4314 אדער קענט איר גראד טשארדשן אייער קארלט דורכן סיסטעם .
250 SHOPPERS ROUTE March 5 , 2025 718.599.3444