תצוה
גרויסע שמחה ביי חסידי סקולען נאך ערשטע שבת ביי האדמו " ר מישועות יעקב סקולען אין וויליאמסבורג
מיט ליכטיגקייט און דערהויבענקייט האבן הונדרעטער חסידי סקולען זוכה געווען מיטצולעבן " ערשטן שבת " וואס איז אפגעראכטן געווארן בצל הקודש כ " ק אדמו " ר ישועת יעקב סקולען שליט " א , דא אין דעם אלטן סקולענער שוהל אויף קיעפ סטריט .
לרגל דעם גרויסן שבת ראשונה איז אויפגעשטעלט געווארן א גריסע טענט אינעם חצר הביהמ " ד וואז איז ספעציעל געווען פאר די גרויסע עולם און געסט .
דער שבת איז אריבער מיט גרויס דערהויבענקייט און מען קוקט ארויס אויף נאך דערהויבענע שבתים וי " ט בצל הקודש .
בארא פארקער איינוואוינער שטורעמען איבער מעגליכע אימיגראנטן שעלטער אין הארץ פון די געגנט
אין די לעצטע פאר טעג האט זיך אנטוויקלט א ערנסטע שטורעם לענגאויס די היימישע געגנט אין בארא פארק , נאך וואס עס איז באקאנט געווארן אז לאקאלע באאמטע פלאנירן צו עפענען א נייע היימלאזע שעלטער אין צענטער פון שטאט , און אנברענגען דארט כל צרוע וכל זב , היימלאזע און אימיגראנטן וואס זענען נישט אזוי פריינטליך צו די אידישע איינוואוינער , און קען מעגליך אנברענגען א שרעקליכע חורבן אויף די היימישע גאסן .
אן אנקעטע פארלאפענע וואך האט געוויזן , אז צו יעדנ ' ס איבערראשונג איז זיבן און ניינציג פראצענט פון די שטימען געווען קעגן די פלאן , און אצינד איז מען געגאנגען א טריט ווייטער מיטן עפענען א פעטיציע דרייוו , און דאס וועט נאכקומען מיט א לעגאלע קאמף צו זיכער מאכן אז די היימישע געגנט אין בארא פארק בלייבט פארזיכערט , אן קיין געפאר ברוחניות ובגשמיות פאר אונזערע קינדערלעך און וואוילזיין אויפן טאג טעגליכן לעבן .
נייע גיגאנטישע קימפעטארין היים באשטעטיגט
אין די לעצטערע טעג האט די " זאונינג באורד " אין ווילעדזש אָ וו סאוט בלומינגראוו באשטעטיגט די " זאונינג פערמיטן " אויפצובויען א נייע גיגאנטישע קימפעטארין היים אויף א מאסיוון שטח פון צען אקער לאנד .
דער פראיעקט איז אונטערגענומען דורך די עסקנים פון קהילה קדושה סאטמאר , אין שפיץ פון הרבנית הצדיקת מסאטמאר תליט " א , וועלכע ארבעטן אצינד אהערצושטעלן א ערשטמאליגע קימפעטארין היים אונטער די קהילה פארוואלטונג , ארויסצוהעלפן די חברי הקהילה בעת שמחתם .
טאריפס …
- די סאטמאר פלייש געשעפט האט ארויסגעשטעלט א מעלדונג אין ליכט פון די פרישע טאריפס וואס פרעזידענט טראמפ האט ארויפגעשטעלט אויף קאנאדע , זעה בילד
די טעכנישע צוגרייטונגען ציהט זיך שוין א לענגערע צייט . אצינד מיט די באשטעטיגונג פון די זאונינג באורד אין ווילעדזש אוו סאוט בלומינגראוו וועט זיך עס קענען רוקן
718.599.3444 March 5 , 2025 SHOPPERS ROUTE 245