3 5 25 | Page 244

SHED THOSE YOM TOV POUNDS WITH A SIMPLE , TWICE-A-DAY WEIGHT LOSS SUPPLEMENT .
AVAILABLE AT YOUR TRUSTED HEALTH FOOD STORE
WWW . LIVESLENDR . COM
THE NATURAL SUPPLEMENT TO LOSE WEIGHT
היבש פאראויס , און פארגרינגערן פאר טויזענטער אידישע משפחות אין צייט פון א שמחה . לויטן פלאן וועט די גיגאנטישע קאמפלעקס פארמאגן צוויי הונדערט צימערן , און פיל איינריכטונגען צו פארגרינגערן פאר די בעלי שמחה .
נייע סיסטעם זיך צו רעגיסטרירן ביי ען וויי יו שפיטעלער
די ען וויי יו העלטה סיסטעם וואס פארפיגט אויף עטליכע שפיטעלער , האט אריינגעברענגט א נייע סיסטעם וואס הייסט " עמעזאן ", 1 אין וואס פאציענטן קענען זיך רעגיסטרירן דורכ ' ן סקענען די האנט פלאך , געבנדיג די אפציע זיך צו רעגיסטרירן אין ווייניגער ווי א מינוט .
די שפיטאל פארוואלטונג וואס פארמאגט א ריזן קאמפלעקס פון שפיטאל געביידעס אין מאנהעטן און נאך אנדערע פלעצער , באהאנדלט א געשאצטע ציפער פון צען מיליאן פאציענטן א יאר , און זיך צו קענען רעגיסטרירן שנעל און געשווינד , באדייט א היבשע פארבעסערונג אין די סיסטעם מיט פיל בענעפיטן .
ליידיגע בערזלעך שפירט זיך אין די וואלמארט סיסטעם
די הויכע אינפלאציע און די שוועריגקייטן ביי מערסטנס אמעריקאנער צו דעקן דעם חודש , זעהט זיך אן אין די חשבונות פון די
ריזן ריטעיל נעץ פירמע " וואלמארט ", וואס זאגט אז זיי דערקענען הויכע סטרעס ביי קאסטומערס , וועלכע זוכן צו שפארן ביי לעבנס וויכטיגע פראדוקטן .
די סי אי או פון וואלמארט זאגט , אז מען זעהט קלאר ווי קאסטומערס פרובירן צו קויפן קלענערע פעקלעך עסן , נישט צו דארפן צאלן מער געלט פאר געווענליכע פעקלעך , און די קאסטומערס לויפן אויס פון זייער געלט נאך פאר זיי באקומען פרישע איינקונפט , וואס באדייט אז די אלגעמיינע באפעלקערונג מוטשעט זיך היבש שטארק צו קענען דעקן דעם חודש .
געוועזענער גאווערנער פון ניו יארק ענדרו קאומא מעלדט קאנדידאטור פאר מעיאר אמט אין ניו יארק סיטי
נאך לענגערע חדשים פון שפעקולאציעס , און עטליכע טעג וואס האט קלאר געצייגט אז דאס וועט אין די נאנטע טעג געמאלדן ווערן , האט דער געוועזענער גאווערנער פון ניו יארק סטעיט ענדרו קאומא ענדגילטיג געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר די מעיאר אמט אין ניו יארק סיטי .
קאומא וועלכער האט נאך גרויס דרוק רעזיגנירט פון אמט אלס גאווערנער מיט דריי יאר צוריק , נאך א סעריע סקאנדאלן צוליב זיין שלעכטע באהאנדלונג איבער די קאוויד עפאכע , האט צוביסלעך צוריקגעבויעט צוטרוי ביי זיינע שטיצער , און האט ערווארבן א שטאנדהאפטיגע שאנס צו געווינען די מעיאר אמט אנצופירן די לאקאלע רעגירונג אין ניו יארק סיטי , און נאכן ערהאלטן א רייע אינדארסירונגען פון הויכראנגיגע פאליטישע שישקעס האט ער דעם שבת געמאלדן זיין קאנדידאטור , לויפנדיג אלס קאנדידאט צו ווערן אריינגעוועלט אלס מעיאר פון ניו יארק סיטי .
244 SHOPPERS ROUTE March 5 , 2025 718.599.3444