געלעכטער איז א שפראך וואס מען פארשטייט איבער די גאנצע וועלט . ס ' הערט זיך פשוט , אבער עס ווייזט אז איבעראל נוצן מענטשן נאטירליך די זעלבע אופן אויסצודריקן פרייד .
שימפענזי ' ס ( chimpanzees ) און גארילעס לאכן כמעט ווי מענטשן ווען מען קיצלט זיי אדער מען שפילט מיט זיי . זייער ' געלעכטער ' הערט זיך אבער מער ווי קורצע אפגעהאקטע קולות ווי די געלעכטער וואס מיר קענען .
עלעפאנטן נוצן אן אויסוואל פון קולות צו קאמיוניקירן צווישן זיך . איינע פון זיי איז די קול פון געלעכטער און זיי נוצן עס טאקע אויסצודרוקן פרייד און נאנטשאפט .
פאקטן אין נומערן :
לאכן וועט נישט סתם נידערן אונזער סטרעס שטאפלען , נאר ווען א מענטש ליידט אויף יסורים איז עס אים א נאטירליכע ' טיילענאל '. עס הייבט אויף די קערפער ' ס פראדוקציע פון ( endorphins א הארמאן וואס מאכט אז מען זאל נישט שפירן קיין יסורים ) מיט
! 27 %
קינדער לאכן געווענליך פאר סך הכל 300 מינוט א טאג , און ערוואקסענע לאכן געווענליך פאר סך הכל 15 מינוט א טאג .
קינדער הייבן אן לאכן ווען זיי זענען בערך 3-4 חדשים אלט , אבער זיי הייבן אן שמייכלען סאך פריער ווי דעם .
לאכן פאר בלויז סך הכל 10-15 מינוט
קען פארברענען בערך 40 קעלאריעס ! איז אויב איר זענט פון די אידן וואס האלטן נישט ביים גיין אויף דייעט , צווינגט אייך קיינער נישט . איר קענט לאכן אנשטאט דעם …
סטאטיסטיקס צייגן אז ...
… געלעכטער טעראפיע איז געווארן מער און מער פאפולער אין די לעצטע פאר יאר . די טעראפיע איז געווידמעט אויפצולאזן סטרעס און אנגעצויגנקייט דורך לאכן מיט אנדערע . ( איין פאפולערע מעטאד איז אז א גרופע מענטשן קלאפן און זינגען אויף דעם ריטעם : " האו , האו , הא , הא , הא !"(
… מענטשן וואס לאכן מער האבן א לענגערע לעבן .
… ארבעטס פלעצער וואו מען לאכט מער צווישן זיך זענען מער פראדוקטיוו און די ארבעטער טראכטן מער שעפעריש ווי אין אנדערע פלעצער .
… נאכ ' ן לאכן פאר בלויז 15-20 מינוט בלייבן אונזערע מוסקלען רואיג פאר גאנצע 45 מינוט !
ווען מיר לאכן מאכט אונז עס נישט נאר פילן לייכטער , נאר עס מאכט אונז אפילו קלוגער . סטאטיסטיקס צייגן אז קינדער וואס לערנען אין א סביבה וואו מען לאכט און מען שפילט זיך אפט , וועלן זיך סאך שנעלער אויסלערנען די לימודים ווי קינדער וואס לערנען אין אן ערנסטע סביבה .
80 % פון געלעכטער וואס פאסירט בשעת א שמועס איז געווענליך נישט ווייל איינער האט דערציילט א וויץ , נאר ווייל מענטשן האבן זיך געפילט אומבאקוועם אדער געוואלט מאכן אן אנדערע פילן באקוועם .
" שמחת פורים " וואונטשן פון גרויס ביז קליין . " און שמחת תמיד " לייגן אסאך צו .
שמחת תמיד איז עפעס וואס אונז אלע זוכן צו עררייכן - ספעציעל אין אונזער אייגענע שטוב . שמחה , דווקא אין די אייגענע הויז , איז די געוואונטשנסטע זאך וואס סיי א קינד און סיי אן ערוואקסענע קען נאר האבן . ס ' פאסירט אבער נישט פון זיך אליין … איז וואס זענען אייערע טיפס און טריקס צו מאכן די שמחת תמיד ביי זיך אינדערהיים ? וואס טוט איר אין אייער שטוב צו מאכן א פרייליכע , רואיגע אטמאספער ?
מיר ווילן הערן פון אייך ! רופט אונז אריין מיט אייער ענטפער . 718-599-3444x3 און מיר וועלן עס פארעפנטליכן די קומענדיגע וואך אי '' ה .
March 5 , 2025 SHOPPERS ROUTE 175