מיר ווילן אלע האבן אן אפטאמאסיטישע בליק אויפ ' ן לעבן . ווי אפטאמיסטיש זענט איר אבער באמת ?... ענטפערט די פאלגנדע שאלות אויסצוגעפונען , אבער זייט אמת ' דיג און אפן מיט זיך אליין .
ווען איך וועק זיך אויף צופרי , די ערשטע זאך וואס איך טראכט איז :
א . היינט וועט זיין א געוואלדיגע טאג ! ב . וואס איז שייך ? נאך א טאג …
ג . וויפיל קינדער וויינען שוין אינדרויסן און פאקן אויס א האלבע הויז ?
אייער באסס לאזט אייך וויסן איבער א זיצונג וואס ער וויל מאכן . איר האט דאס אינגאנצן נישט ערווארטעט . וואס טראכט איר די זיצונג וועט זיין איבער ?
א . ער וויל מן הסתם הערן וויאזוי זאכן גייען .
ב . איין מינוט , וועם וועט מען יעצט געבן א בעסערע פאסטן ?
ג . אוי וויי ... וואס האב איך געטון שלעכט ?
איך שפאציר אויפ ' ן גאס ווען פלוצלינג פיל איך ווי איינער קוקט מיך שטארק אן . וואס טראכט איר ?
א . כ ' האב געוואוסט אז מיין מאנטל איז ספעציעל שיין ...
ב . אקעי ... איינער האט זיך פארקלאצט ... ג . מיינע ציינער זענען שמוציג ?
ווען איר זעט צוויי מענטשן שמועסן העפטיג צווישן זיך , וואס טראכט איר די שמועס איז איבער ?
א . א-אה ... זיי האבן מן הסתם יעצט אויסגעפונען איבער א שמחה אדער פרייליכע נייעס !
ב . כ ' ווייס נישט , ס ' זעט אלעמאל אויס מער ווי ס ' איז .
ג . אהא ... ס ' טוט זיך דארטן לעבעדיג . זיי רייסן זיך ביי די קעפ …
איר הערט איבער א לעצטיגע שידוך וואס איז געשען . וויאזוי רעאגירט איר דערצו ?
א . " מזל טוב !!!!!" איר רופט א האלבע שטאט , לאזט יעדן וויסן איבער די נייעס ...
ב . " איין מינוט , ווער מיט וועם ?"
ג . " נע , כ ' האב זיך שוין אויסגעלערנט אז די אלע זאכן זענען סתם ..." rumors
וועלכע פון די פאלגנדע וועט מען מן הסתם זאגן אויף אייך ?
א . " דו ווייסט אלעמאל וויאזוי אנצוקוקן די פולע האלב גלאז ."
ב . " דו לייגסט קיינמאל נישט צו צו די מציאות . וויאזוי ס ' איז , אזוי קוקסטו עס אן ."
ג . " הער אויף צו זיין אזוי נעגאטיוו !"
ווען איר זעט אן אומבאקאנטע נומער אויפ ' ן איי . די ., וויאזוי רעאגירט איר דערצו ?
א . " איינער וויל מיר מן הסתם אנבאטן א פאסטן ...!"
ב . " אה , ס ' איז מן הסתם א ראנג נומער ." ג . מיט שרעק , " וואס גייט דא פאר ?!"
פארשטענדליך אז אויב רוב פון אייערע ענטפערס זענען א ' זענט איר אן אפטאמיסטישער מענטש , און וויפיל מער ג ' ענטפערס איר האט אלס מער דארפט איר ארבעטן אויף זיך צו זען די פולע האלב גלאז . ... אבער שוין , זארגט נישט , איר קענט אלעמאל אויספרובירן די אויבנדערמאנטע עצות ...
Test
174
SHOPPERS ROUTE March 5 , 2025