ליינער רעאגירן ...
פידבעק און געדאנקען איבער די פארגאנגענע ארטיקלען אינעם . Shopper ' s Route
אויב האט איר עפעס צוצולייגן , באמערקן , אדער אנפרעגן איבער איינע פון די פארגאנגענע ארטיקלען וועלכע זענען ערשינען אין די , Shopper ' s Route דאן שיקט צו : Email : nt @ theshoppersroute . com Text : 917.300.9058
* געדענקט צו שרייבן פון וועלכע וואך עס איז , און די נאמען פון די ארטיקל פון וואס איר רעדט .
Organized Living
Thank you for the most wonderful read ! I wanted to say an extra thanks for the Organized Living column ! It ' s exactly what I was waiting for and needed . Practical and easy ideas for everyday usage , without being overdone or nonsensible . The real pictures gives it that extra touch and makes you really feel that everyone ' s drawers-shelves-closets can really look this way ! Looking forward for the rest of this column !
Thank you ! ( - )
אראפ מיט די מאסקעס כי תשא ח . גראס ' ס ארטיקל האט באמת באוויזן ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אלעמענ ' ס געזיכטער … עס איז געווען אן אמת ' ע הנאה צו ליינען … ( וואס נאך איז נייעס ? איך ווייס אז ח . גראס ווערט אויסגעלויבט כמעט יעדע וואך , אבער עס קומט זיך איר מיט רעכט …( בשעת איך האב געליינט די ליסטע פון זאכן וואס " יעדער איז די זעלבע " איז מיר ארויפגעקומען אין געדאנק נאך א לאנגע ליסטע פון זאכן . עס פאדערט אויסנאמע שעפערישקייט
פ . גאלד
צו קענען נעמען אזא אמת ' ע געדאנק און עס צענעמען אויף א וועג אז יעדער אנערקענט טאקע אז עס זענען דא זאכן וואס פאסירן וואס זענען טאקע עכט בושות , אבער עס געשעט ביי אלע , כאטש סתם אזוי וועלן ווייניג מודה זיין דערויף … די ארטיקל האט פשוט אויפגעוויזן ווי נאריש עס איז ווען מען פרובירט זיך צו באווייזן אלץ מרת . פערפעקט צו די מרת . פערפעקט שכנ ' טע ווען באמת זענען ביידע בלויז מענטשן . יישר כח פאר די ארטיקל
די חסד העלדין אין די קארידארן פון שפיטעלער תרומה יישר כח פאר ' ן אזוי שיין ארויסברענגען די חסד וואס גייט פאר אין שפעטעלער אין די ראמען פון אזא הערליכע ארטיקל . אלץ איינער וואס דרייט זיך אסאך אין שפעטעלער , קען איך עדות זאגן אז יעדעס ווארט איז אמת . איך וויל באטאנען נאך צוויי מורא ' דיג חסדים וואס אידישע קינדער טוען אין שפיטאל . אויבנאויף זענען די אקטן אפשר אויס קליין , אבער מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס דאס מיינט פאר מעטנשן וועלכע געפינען זיך אין שפיטאל פאר א לאנגע צייט , אריינרעכנדיג שבת און יום טוב . די ערשטע חסד איז די פרדס
די חסד ה ע> לדין
אין די ש פ+++ יטעלער
טשוקלוד וואס ווערט אזוי שיין אויסגעלייגט יעדע שבת און יום טוב . עס איז אייביג פריש און עס איז אלעמאל דא א גרויסע אויסוואל , און די וואס זענען אין שפיטאל וואך נאך וואך קוקן פשוט ארויס פאר די זיסע מינוטן . די צווייטע חסד איז די בא ' טעמ ' טע געשמאקע מלוה מלכה וואס ווערט ארויסגעלייגט יעדע וואך . א קורצע צייט נאכ ' ן זמן פרעגט מען שוין איינע די צווייטע , " די מלוה מלכה איז שוין דא ?"
REACH US AT 718.599.3444 SHOPPERS ROUTE March 19 , 2025 89