Email : nt @ theshoppersroute . com Phone / Text : 917.300.9058
די מענטשן קוקן פשוט ארויס פאר עס , און עס קומט טאקע אלעמאל אן גוטע עסן , פרישע בעגעלס אדער בעגעטס מיט . spreads איך ווייס טאקע נישט ווער עס שטייט אונטער די אונטערנעמונגען , אבער איך וויל נוצן די געלעגנהייט אייך צו לאזן וויסן אז איר זענט מחיה אידישע קינדער .
) - (
קינד ' ס קוקווינקל
קינדער ’ ס קוקווינקל I saw the project and was just wondering why you reached out just to minors . Why can ’ t adults , who perhaps have a more developed take on life , be part of this amazing life changing project ? Answer : First of all , we appreciate that you notice the beauty of this project . Regarding your question , you are definitely right that adults would also gain a lot of this project , but this time we aimed the kids to shape t h e i r young minds a n d hearts by picking up on how powerful a good word is , and challenging them to find such instances in their lives .
לכבוד די שאפער ' ס רוט זאלט איר וויסן אז השי " ת האט אייך געגעבן א געוואלדיגע מתנה . איר האט די זכיה צו קענען אויפטון פאר אידישע קינדער . איר האט די זכיה צו ברענגען אמונה אין אידישע הערצער און מעורר זיין די דור צו אנהאלטן די מסורה און די חומה קעגן די שוועריגקייטן וואס די יוגנט מאכט מיט . דורך האלטן דעם שליחות פאר אייערע אויגן טוט איר די זעלבע עבודת
הקודש וואס אונזערע רבי ' ס און גדולי ישראל האבן געטון ביים אנקומען קיין אמעריקע . זיי האבן געארבעט שווער די פליטים זאלן נישט ווערן אמעריקאניזירט , מאדערן , שוואך . אזוי האט זיך בלי עין הרע אויפגעבויעט הייליגע דורות פונעם חרדישע אידנטום . אט די ריינע אידעאלאגיע און לויטערע השקפה סימבאליזירט אונז , און ב " ה איר זענט די שליחים פון הימל צו פארשפרייטן די מהלך החיים . ווייזט פאר די קינדער די שיינקייט פון שמירת התורה , די זכיה פון " אשר בחר בנו ", די גליק פון א אפגעהיטענער איד . די געהויבנקייט פון א עובד ה ' און א לומד תורה . ליטעראטור איז א צינור צו אריינדרינגען אונזער בליק אין די פרישע דור . אשריכם אשריכם אז איר טוט די ארבעט מיט נאמנות און זהירות , ווייל יעדע ווארט האט די מעגליכקייט צו בויען וועלטן , כהררים התלויים בשערה . דערשרעקט אייך נישט פון קריטיקירערס , כי אין מחסור ליראיו . השי " ת וועט אייך באצאלן פאר אייער פעולות . געדענקט אייער תפקיד און טוט עס מיט א געשמאק , און איר וועט זוכה זיין צו הצלחה למעלה מדרך הטבע , ותשרה שכינה במעשי ידיכם .
) - (
רעדאקציע : מיר זענען באמת איבערגענומען פון אייערע ווערטער . עס דערקענט זיך אז דאס זענען דברים היוצאים מן הלב און האט געהאט א שטארקע אפקלאנג אינערהאלב די שאפער ' ס רוט שטאב . עס איז זעלטן אז א דרויסנדע זאל אנערקענען די שווערע ארבעט וואס גייט אריין וואך נאך וואך טאקע צו סערווירן די היימישע עולם אויף אזא הויכע און ערליכע סטאנדארט . עס איז קלאר אז דער שרייבער פון די שורות איז א מענטש מיט א ברייטע בליק אויפ ' ן לעבן און ווייסט פארוואס מיר זענען דא אויף דער וועלט .
88
March 19 , 2025 SHOPPERS ROUTE REACH US AT 718.599.3444